קארל לוץ
געבורט |
30 מערץ 1895 שווייץ |
---|---|
טויט |
12 פעברואר 1975 (אלט 79) בערן, שווייץ |
מדינה | שווייץ |
פאך | דיפלאמאט |
קארל לוץ (30סטן מערץ 1895 - בערן, 12טן פעברואר 1975) איז געווען א שווייצער דיפלאמאט. ער האט געדינט ווי דער שווייצער וויצע־קאנסול אין בודאפעשט, אונגארן, וואו ער איז אויך געווען א רעפרעזאנטיוו, פאר אמעריקע און ענגלאנד, פון 1942 ביז דעם סוף פון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
נאכן דייטשלאנדס אריינקום אין אונגארן, האט ער געלאדענט משה קרויס, א פארשטייער פונעם יידיש אגענטור, אים ארויסהעלפן ראטעווען יידן פון זיין ביורא, אינעם שווייצער אמבאסאדאר געביידע. לוץ האט ארויסגעגעבן פאפירן, פאר 21,000 יידן אין דער בודאפעשטער געטא, ווי די יידן זענען באצייכענט געווארן אלס שווייצער בירגער, ער האט געוויזן פאר ראול וואלענבערג, זיך צו באנוצן מיט די פאפירן, און ראטעווען ווי מער יידן.
ביים טויט מארש פון בודאפעשטער יידן צום עסטרייכישן גרעניץ, האט ער באוויזן צו ראטעווען אסאך יידן. די יידן וואס לוץ האט געראטעוועט, ווערן געשאצט צו מער ווי 62,000 יידן.[1] צוליב אים האט די העלפט פון דער יידישע באפעלקערונג פון בודאפעשט דורכגעלעבט די מלחמה און זענען געראטעוועט פון די טויט-לאגערן ביי דער חורבן אייראפע.
ער איז באצייכענט געווארן דורך יד ושם אלס א חסיד אומות העולם, אין יאר 1965, זייענדיק פון די ערשטע אנערקענטע חסידי אומות העולם.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Tschuy, Theo. Dangerous Diplomacy: The Story of Carl Lutz, Rescuer of 62,000 Hungarian Jews, 2000. Grand Rapids:Eerdmans. ISBN 0-8028-3905-3