ראול וואלענבערג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
פאספארט בילד פון ראול וואלענבערג אין יאר ה'תש"ד

ראול וואלענבערג (געבוירן כ"א אב ה'תרע"ב ; דעם 4טן אויגוסט 1912) א שוועדישער דיפלאמאט אין אונגארן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה וואס האט געראטעוועט צענדליקע טויזנטע אונגערישע אידן און איז פארעכנט אלס א חסיד אומות העולם. פון זיינע אקטן: ער האט צעטיילט שוועדישע פאספארטן פאר די אידן אין בודאפעשטער געטא זאלן זיך קענען אריבערציען צו די נייטראלע שוועדן, און האט אויפגעשטעלט אין שוועדן שוצערטער פאר די אידן. אויך האט ער געדריקט הויכגעשטעלטע נאציס און אונגערישע צו פארמיידן דער פארשיקוקונג פון אידן קיין אוישוויץ און אפילו אפגעהאלטן מיט זיין קערפער פארשיקונגס פון אידן.

נאך דער מלחמה ווען די רויטע ארמיי האט איינגענומען אונגארן, איז ער גענומען געווארן קיין רוסלאנד, און ער איז פארשווינדען געווארן אויף שטענדיג, נישט איבערלאזנדיג קיין שפורן.

לויט פארשידענע אפשאצונגען, איז ער אומגעקומען דורך די ען קא ווע דע.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]