קאלדיטשעוו
חורבן אייראפע |
פריערדיגע עלעמענטן |
---|
נירנבערגער געזעצן · |
אידן |
די נאצישע דייטשלאנד |
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם |
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע |
איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע פאנאר, אדעס |
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ ריינהארד אקציע |
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק, טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו |
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק) |
סוף מלחמה: טויט מארשן בריחה· שארית הפליטה יידן |
אנדערע קרבנות |
פאראנטווארטליכע פארטייען |
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך · אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא |
קאלאבאראציער |
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע |
ליסטעס |
ליסטע פון איבערגעבליבענע ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס |
רעסורסן |
קאלדיטשעוו איז געווען א קאצעט אין פוילן (היינט אין בעלארוס) ביי דער צווייטער וועלט מלחמה וואו די נאציס האבן דערמארדעט 22,000 מענטשן, כמעט אלע יידן, אין די יארן תש"ב - תש"ד.
דער קאלדיטשעוו קאצעט איז אויפגעשטעלט געווארן אין ווינטער תש"ב אין דעם קאלדיטשעווער פארם, 18 ק"מ פון באראנאוויטש. דארט האט מען געפירט יידן פון האראדישעץ, זשעטל, נאווהארדאק, סטייביץ און באראנאוויטש, און מ'האט זיי געהאלטן אין א שטאל. אויך האט מען געברענגט דארט מיטגלידער פון דער אונטערגרונט אין פוילן און ווייסרוסלאנד.
שלמה קושניר, א שיסטער, האט אויפגעשטעלט אן אונטערגרונט אינעם קאצעט. זיי האבן באקומען צוויי ביקסן און פיר גראנאטן. א יידישער כעמיקער האט געשאפן פאר זיי זייערס צו ניצן אלס שוץ קעגן די שומרים פונעם לאגער. אין א שטורעמיקער נאכט, כ"ח אדר תש"ד, האבן זיי ארגאניזירט אן אנטרינונג. 99 מענטשן זענען אנטלאפן; די נאציס האבן געכאפט 24 פון זיי, אויך שלמה קושניר, און די אנדערע 75 האבן זיך איינגעשלאסן מיט די פארטיזאנער, דער גרעסטער טייל פון זיי אין דער איינהייט פון טוביה בילסקי.[1] [2]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ קאלדיטשעווער קאצעט, יד ושם (אויף העברעיש)
- ↑ קאלדיטשעוו, חורבן אייראפע ענציקלאפעדיע (אויף ענגליש)