לדלג לתוכן

ווארשעווער געטא אויפשטאנד

פֿון װיקיפּעדיע
חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערגער געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

דער ווארשעווער געטא אויפשטאנד (י"ד ניסן – י"א אייר ה'תש"ג; 19טן אפריל – 16טן מיי 1943) איז פארגעקומען ווען ס׳האבן זיך צוזאמענגענומען פיל אידן פון דער ווארשעווער געטא זיך נוקם זיין אין די נאציס ימ"ש. זיי האבן מיט גרויס חכמה אויספלאנירט וועגן אומצוברענגען ווי מער דייטשן. דער סוף איז געווען אז די דייטשן ימ״ש האבן אונטערגעצינדן די געטא און זייער ווייניג אידן האבן אים איבערגעלעבט.

נאך דער גרויסער אקציע פון זומער 1942 און וועלעכע איבער א פערטל מיליאן אידן זענען דעפארטירט געווארן פון דער געטא קיין טרעבלינקע און זענען אויסגעהארגעט געווארן, האבן די פארבליבענע אידן אנגעהויבן בויען בונקערס און אריינשמוגלען וואפנס און אויפרייס מאטריאל צום געטא. די לינקע יידישע קאמף ארגאניזאציע (הארגון היהודי הלוחם) (ZOB), און די רעכטע מיליטערישע יידישע פאראייניקונג (ארגון צבאי יהודי) (ZZW) האבן זיך געגרינדעט און זיך אנגעהויבן טרענירן. און January 1943 איז טיילווייז געלונגען צו באקומען הילף פון די פוילישע ווידערשטאנד גרופעס, דורך אידן מיט אן ארישען אויסזעהן וואס זענען אריבערגעשיקט געווארן צו דער אנדערער זייט וואנט, וואו זיי האבן פארהאנדלט מיט די פוילישע פארטיזאנער גרופעס, און מיט אונטערוועלט גרופעס. זיי האבן געקויפט ביקסן, גראנאטן, קוילן, און באקומען פונעם פוילישן אלטן מיליטער- וואס איז אויך געווען א פארטיזאן גרופע, אסאך אמוניציע און מאטעריאל אונטערצושטעלן באמבעס, און מינעס.

די אויפשטאנד האט זיך אנגעהויבן אום 19טן אפריל ווען די געטא האט אנטזאגט זיך אונטערצוגעבן פֿארן בריגאַדפֿירער יירגן שטרופ, וואס האט אין רעזולטאט באפוילן אונטערצינדן די געטא גאס ביי גאס, עס האט זיך געענדיגט אום 16טן מאי. אן ערך פון דרייצן טויזענט אידן זענען דאן געהארגעט געווארן, ארום האלב פון זיי זענען פארברענט געווארן לעבעדיגערהייט און האלב זענען ל"ע דערשטיקט געווארן. די דייטשע פארלוסטן זענען לכאורה געווען ווייניגער ווי הונדערט און פופציג, לויטן נאצישע אפיציר יירגן שטרופ זענען זעכציג דייטשן געהארגעט געווארן און 93 זענען פארוואונדעט געווארן. דער ווארשעווער געטא אויפשטאנד איז געווען די גרעסטע אידישע אויפשטאנד דורכאויס די צווייטע וועלט קריג. די אידן האבן געוואוסט אז א ניצחון אדער געראטעוועט צו ווערן איז אוממעגליך. דער איינציגסטער יידישע קאמף ארגאניזאציע קאמאנדיר וואס האט איבערגעלעבט, מארעק עדלמאן האט געזאגט אז " די איינציגסטע ווילן זיך אנטקעגן צו שטעלן איז געווען נישט צו לאזן די נאציס דערוויילן די צייט און פלאץ פון אונזער טויט...".

אום 18טן יאנואר 1943 האבן די דייטשן אנגעהויבן די צווייטע דעפארטאציע פון די אידן וואס האט געפירט צום ערשטן באוואפענטן אויפשטאנד אין דער געטא. ווילאנג די אידישע פאמיליעס האבן זיך אויסבאהאלטן אין זייערע אזוי-גערופענע בונקערס זענען די אידישע ארגאניזאציעס פארמישט געווארן אין דירעקטע צוזאמענשטויסן מיט די דייטשן. כאטש די אידישע ארגאניזאציעס האבן געהאט אסאך פארלוסטן האבן די דייטשן אויך געהאט פארלוסטן, און די דעפארטאציע איז פארהאלטן געווארן מיט אפאר טעג, נאר פינף טויזנט אידן זענען דאן אוועקגעפירט געווארן אנשטאט די אכט טויזנט פלאנירט דורך די דייטשן. הונדערטער מענטשן אין געטא זענען געווען גרייט צו קעמפן, ערוואקסענע און קינדער, באוואפנט מיט האנט ביקסן, בענזין-פלעשער, און אביסל אנדערע וואפנס אריינגעשמוגלט דורך די אויפשטאנד קעמפער. רוב פון די אידישע קעמפער האבן נישט געזען אין זייער אקציע א מיטל זיך צו ראטעווען נאר ענדערש אלס א שלאכט פאר די כבוד פון די אידן, און אלס פראטעסט אנטקעגן די וועלטס שווייגעניש. די אידישע ארגעניזאציעס האבן איבערגענומען קאנטראל פון די געטא און האבן אויפגעשטעלט צענדליגער קאמפס פאזיציעס און האבן עלימענירט א צאל נאצי קאלאברירער אריינגערעכנט יודענראט אפיצירן, יוסף שרינסקי די הויפט פון די יודענראט איז באגאנגען זעלבסט-מארד.

אום April 19 ערב פסח זענען די דייטשן אריין אינם געטא, זיי האבן פלאנירט צו ענדיגן די אקציע אין דריי טעג, אבער זיי זענען אטאקירט געווארן דורך די אידישע קעמפער ווערנדיג באווארפן מיט ברענעדיגע פלעשער און האנט-גראנאטן פון דעכער און פון פענסטערס די דייטשן האבן געליטן 59 פארלוסטן, צוויי פון זייערע פארפאנצערטע טרעקלעך זענען פארניכטעט געווארן, און זייער פאראויסגאנג האט זיך אפגעשטעלט. אין יענעם נאכמיטאג האבן צוויי יונגען ארויפגעצויגן די פוילישע און די בלוי און ווייסע פֿאָן פון דער מיליטערישער יידישער פאראייניקונג, און א סימבאלישע אקט אנטקעגן די דייטשן. די פֿענער זענען געווען שטארק אנזעהבאר אויף די גאסן פון ווארשע, זיי זענען געשטאנען פיר טעג. אום 22סטן אפריל האט יירגן שטרופ באפוילן אינטערצוצינדן די געטא גאס ביי גאס אין רעזולטאט וואס די קעמפער האבן זיך אנטזאגט זיך אונטערצוגעבן. זיך באנוצענדיג מיט פייער קאנאנען און פלעשער האבן זיי אנגעהויבן אויפרייסן קעלערן און אפלויף-סיסטעמס, ווי מארעק עדלמאן דערציילט: " דער ים פון פלאמען האט פארפלייצט הייזער און הויפן, סאיז נישט געווען קיין לופט, נאר שווארץ, דערשטיקונג, און רויעך, שווערע ברענענדיגע היץ שטראלענדיג פון די רויטע ווענט און גליענדע שטיינערנע שטיגן..." די בונקער קאמפן האבן אנגעהאלטן א גאנצער חודש אין וועלעכער די דייטשע פאראויסגאנג איז פארשטייטערט געווארן.

עווענטועל האט די מיליטערישע יידישע פאראייניקונג פארלוירן אלע זייערע קאמאנדירן און אום 29סטן אפריל זענען די פארבליבענע קעמפֿער אנטלאפֿן פון געטא דורך די אפלויף-רערן און זיך צוריקגרופירט אין די ''מישלין וואלד'' (michalin forest) די אוונט צייכנט אן די ענדע פון די עיקר קאמף.