צמח אטלאס

פֿון װיקיפּעדיע

צמח אַטלאַס [די ישיבה] איז לכאורה די מערסט באקאנטע ראמאן געשריבן דורכן באריהמטן יודישן שרייבער חיים גראדע ערשינען אין צוויי דיקע בענדער אין יאהר 1967 און 1968 דורכן יידיש-נאציאנאלן ארבעטער-פארבאנד אין לאס אנדזשעלעס געדריקט אין ניו יארק ביי די ברידער שולזינגער.

דער ראמאן איז צעטיילט אין פיער טיילן, אין רעדט בעיקר ארום פונעם מלחמת היצר וואס די נאַווהאַרעדאָקער מוסרניקעס פירן, און ווי שווער אדער אפילו אוממעגלעך ס'איז זיי ארויסצוגיין אויף די וועלט. ער בארירט אויך חלקים פון די פארשידענע פאליטיקעס וואס זענען געפירט געווארן צווישן די ישיבות אין דער ליטע און בכלל דער יודישער לעבן אינעם עהרשטן העלפט פונעם צוואנציגסטן יאהר-הונדערט אין אייראפע.

כאטש די ערציילונג איז אונטערן נאמען פון א פיקציע, שפירט מען אבער ווי דער פארפאסער לייגט אריין דערין זיינע איבערלעבענישן פון אלס בחור אין די ישיבות אין ווילנע און די געגנט.

דער ערשטער באנד אנטהאלט פיר-הונדערט זייטן, און די צווייטע פיר-הונדערט און פערצן.

דאס בוך האט באקומען פארשיידענע אויסצייכענונגען.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערציילונג פאלגט נאך צמח אטלאס, א לאמזשער בחורל פון די גרעסטע אויפטוער צו גרינדן ישיבות אין די קליינע שטעטלעך.

כאראקטערן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אברהם שעיה קאסאווער, דער מחזה אברהם
  • אשר לעמל קראסנער
  • דבורה'לע נאַמיאָט, צמח'ס כלה
  • גובער ליפשיץ
  • דניאל האָמלער
  • הירשע גאָרדאָן
  • הענעך מאַלאַריטער,
  • וואָווע באַרביטאָלער
  • זימל אטלאס, צמח'ס פעטער
  • זושע סולקעס
  • חייקל ווילנער
  • יאנקל פּאָלטאַווער
  • יואל אוזדער
  • משה חייט לאָהויסקער
  • סלאווע, צמח'ס וואַהב
  • עלציק בלאָך
  • עלקע קאָגאַן
  • צמח אטלאס
  • שיע ליפּנישקער
  • שמחה פיינערמאן


דרוקסאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • עהרשטער חלק יודיש, 1967
  • צווייטע חלק יודיש, 1968
  • צמח אטלאס, העברעאיש, 1968, הוצאת עם עובד
  • מלחמת היצר, 1971
  • די ישיבה, ענגליש, 1976 -1977

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]