לדלג לתוכן

ציוניזם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ציונים)
מדינת ישׂראל
געאגראפיע
ארץ ישראל
דיסטריקטן  · שטעט  · טראַנספארט

מיטלענדישער ים  · ים סוף

ים המלח  · ים כנרת

ירושלים  · תּל־אָבֿיבֿ · יפֿו

היסטאָריע פֿון מדינת ישׂראל
ציוניזם   ‫צײַטפּלאַן פֿון ציוניזם
עליה   ‫צײַטפּלאַן פֿון עליה

הרצל  · סייקס-פיקא פארשטענדעניש

באַלפֿור ‫דעקלאַראַציע  · ‫מאַנדאַט
כ"ט בנובמבר
זעלבשטענדיקייט דעקלאַראַציע
עקאנאמיע
וויסן און טעכ.  · פירמעס
אוניווערסיטעטן  · ענטרעפרענורן
דעמאגראפיע  · קולטור
ייִדישקײט  · ישראלדיקע אראבער  · קיבוץ
מוזיק  · ארכעאלאגיע
שרייבער  · באקאנטע ישראלים

פּאָליטיק

פאַרטייען  · וואלן  · כנסת
פרעמיער מיניסטער  · פרעזידענט
אומקער געזעץ  · הלכה
אויסערן פאליטיק  · UN
ישראל זיכערהייטס קרעפטן

צבא הגנה לישׂראל

מוסד  · שירות הביטחון הכללי  · אמ"ן
סיירת  · ימ"ם  · מג"ב  · מצ"ח
מיטל מזרח קאנפליקט
אומאפהענגיקייט־קריג  · פייער שטילשטאנד 1949
1956 קריג  · זעקסטאגיקע מלחמה
1970 קריג  · יום כיפור מלחמה
ליטאני אקציע  · ערשטע/צווייטע לבנון מלחמה
אראבישע ליגע  · קעמפ דעיוויד
אָפמאַכן מיט: מצרים / יאַרדן
ישראל פאלעסטינער קאנפליקט
ישראל-פאלעסטין ‫צײַטפּלאַן
ערשטע אינטיפאדע  · על אקצא אינטיפאדע
ריקצוג פלאן
דער פריד פראצעס

ציוניזם (ציונות אין העברעאיש), פון נאמען "ציון", איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן, ארץ ישראל, און מטען דא א שטאט פיר אידן.

ציונות איז צושטאנד געקומען אין דער ענדע 19טע י"ה מיט'ן אנגעבליכן ציל, צו דינען אלס לייזונג אנטקעגן די ביטערע אנטיסעמיטיזם וואס אידן האבן געליטן איבער די וועלט, הויפטזעכליך אין מזרח אייראפע. אין יאר ה'תרס"ג האט טעאדאר הערצל געשריבן זיין בוך דער יודענ-שטאט, אין וועלכע ער לייגט פאר זיין חלום פאר אן אידישעם לאנד מיט א פארגעשריטענע קולטור, זיך צו פארגלייכן צו דער צענטערס קולטור פון מערב אייראפע.

די ערשטע פארטרעגער פון ציונות האבן נישט אלע געצילט אויף דעם היסטארישן לאנד ארץ ישראל. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז עס וועט זיין גרינגער און פראקטישער צו גרינדן א לאנד אין שטחים פון אפריקע אדער דרום אמעריקע (אין לאנד אוגאנדע). מיט דער צייט איז אבער געווארן אנגעשלאסן אין דער אידעע פון ציונות א שטארק רעליגיעזער עלעמענט, געטריבן דורך די אור אלטע אידישע בענקשאפט צו ציון. די פירערשאפט פון די ניי-געבוירענער שוועבונג האט איינגעזעהן אז נאר מיט'ן באטיילונג פון די רעליגיעזע ציונים וועט די שוועבונג האבן א קיום און א מעגליכקייט צושטאנד צוקומען, און דער פלאן פון בויען א לאנד ערגעץ אין אפריקע אדער דרום אמעריקע איז בטל געווארן.

רוב חרד'ישע אידן אין פוילן, אונגערן, און רוסלאנד זענען אין אלגעמיין געווען שטארק דערגעגן דער געדאנק פון ציונות. הויפטזעכליך אין דער התנגדות געווען צוליב זייער מיינונג אז די תורה ערלויבט נישט איינצונעמען ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אויך איז דער סעקולערער גייסט פון דעם שטרעמונג זיי געווען שטארק דערווידערדיג. די אגודת ישראל ארגאניזאציע אין פוילן, ר' שמשון רפאל הירש ז"ל אין דייטשלאנד, און דער מונקאטשער רב, רבי חיים אלעזר שפירא דער בעל מנחת אלעזר, און דער סאטמארער רבי ר' יואל טייטלבוים בעל ויואל משה, אין אונגערן האבן פילע ארטאדאקסישע רבנים שטארק געקעמפט קעגן ציונות.

דאס טרוים פון ציונות איז צושטאנד געקומען ה' אייר ה'תש"ח, מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל.