צידון
צידון איז די דריטע גרעסטע שטאט אין לבנון. עס געפונט זיך 40 קילאמעטער צפון פון צור, און 48 קילאמעטער דרום פון ביירוט. אויף די ברעגעס פון דעם מיטלענדישן ים. מיט א באפעלקערונג פון איבער 300,000 איינוווינער, א מערהייט זענען שיאטן מוסולמענער, און די אנדערע סוניס, קריסטן, און פאלעסטינער, נאך דער אומאפהענגיקייט מלחמה פון ישראל.
די שטאט איז א וויכטיגע אינדוסטריעלע שטאט, מיט וויכטיקע איינריכטונגען אינעם לאנד, ווי נעפט רעפיינעריס, ווי אויך א נאפט רער פון אראבישער האלבאינדזל, צום מיטלענדישן ים קיין אייראפע.
צידון ווערט שוין דערמאנט אין דער תורה, אויף שבט זבולון וירכתו על צידון, לויט די טראדיציע זענען די שבטים יששכר און זבולן באגראבן אין צידון.
אין די היסטאריע, איז די שטאט געווען א וויכטיקע שטאט ביי די פיניקער, אבער שפעטער איז צור, געווארן הויפטשטאט פון די פראווינץ, אסאך אימפעריעס האבן געוועלטיקט איבער די שטאט, אנגעהויבן מיט די רוימישע אימפעריע, די מוסולמענער, די קרייצצוג, און די אטאמאנישער אימפעריע. אויך שפעטער ביי די לבנון ברודער קריג, און ביי די ערשטע לבנון מלחמה, האט די שטאט געהאט געטוישט אסאך הענט.