פישל הערשקאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

הרב אפרים פישל הערשקאוויטש (י' תשרי תרפ"ג - ב' סיון תשע"ז), האליינער רב, איז געווען דער דיין אין דער קלויזענבורגער קהילה פון וויליאמסבורג.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אפרים פישל איז געבוירן געווארן אין מונקאטש, טשעכאסלאוואקיי (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער רבי שלמה הערשקאוויטש.

געוועזן רב אין שטאט האָליין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, און איז געווען דיין אין דער קלויזענבורגער קהילה פון וויליאמסבורג, און פון די הויפט רבנים פון דעם עירוב אין וויליאמסבורג.

ער האט געהאט א ריזיגן אוצר הספרים, מיט ספרים יקרי המציאות, און אסאך גדולי תורה פלעגן אלע יארן אים באזוכן צו זען אין די ספרים.