לדלג לתוכן

פינחס פינטשיק

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פינטשיק)
פינחס פינטשיק
קיין פריי בילד
געבורט 1900
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1971 (אלט 71 בערך)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער, קאמפאזיטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

פינחס פינטשיק (ה'תר"סה'תשל"א), געבוירן פינחס סג"ל, איז געווען א חזן, א זינגער און א קאמפאזיטאר פון חזנות שטיקלעך און פאלקסלידער אויף יידיש.

פינטשיק איז געבוירן געווארן אין זשיוועטעוו, פאדאליע, רוסלענדישע אימפעריע (היינט אוקראינע) אין תר"ס, מיטן נאמען פינחס סג"ל. יונגערהייט האט ער געלערנט איןישיבה אין סקווער.‏[1] אין סקווער פלעג ער הערן די חזנים וואס זענען געקומען דארט אהין. נאכהער האט ער שטודירט מוזיק אין דער קיעווער קאנסערוואטאריע. אנהייב האט ער געזינגען פאלקסלידער, און ער האט געראכטן קאנצערטן אונטערן נאעמן "פינטשיק", דער נאמען וואס איז געבליבן ביי אים א גאנץ לעבן. אויך איז ער געווארן א חזן אין א שול אין קיעוו.

אין תרפ"ג האט מען אים אויפגענומען אלס הויפט חזן אין דער פעטראגראדער שול, דעם אמט האט ער געהאלטן ביז תרפ"ו. דארט האט ער געדארפט זינגען חזנות שטיקלעך פונעם קאמפאזיטאר לעוואנדאווסקי פון בערלין, וואס איז נישט געווען לויט זיין מסורת.

אין תרפ"ו האט זיין חבר איציק פעפער געהאלפן אים באקומען דאקומענטן ארומפארן אייראפע און די פאראייניגטע שטאטן. ער איז געווארן שטארק באגייסטערט פון אמעריקע און איז געבליבן דארט. ער פלעג דאווענען אין דער "כנסת ישראל נוסח ספרד שול" אין שיקאגא.

פינטשיק איז באקאנט פאר דער חסידישער ווארעמקייט אין זיין דאווענען. זיינע מערסטע באקאנטע שטיקלעך זענען רזא דשבת און דער "רבונו של עולם" פון ספירת העומר, וואס זענען געווארן קלאסישע חזנות שטיקלעך וואס אסאך חזנים מאכן נאך ביזן היינטיקן טאג.

  1. פיער פינטשיק ביים מילקן ארכיוו