שליח ציבור

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א שליח ציבור, אדער שַ"ץ, איז דער וואס דאווענט פארן עמוד. זיין ראלע איז צו פירן דאס דאווענען און צו זאגן די שטיקלעך וואס איינער זאגט און אלע זאגן נאך, ווי קדיש, ברכו און די הויכע שמונה עשרה.

ביי אשכנזים איז דער מנהג אז דער ש"ץ לאזט אויס הויך יעדן טייל פונעם דאווענען, כדי דער עולם זאל וויסן וואו מען האלט און זאל קענען מיטדאווענען. ווי אויך זאגט ער די זאכן וואס פאדערן א מנין, ווי די קדישים (כדי דער ציבור זאל ענטפערן אמן און "יהא שמיה רבא", ברכו (און מען ענטפערט "ברוך ד' המבורך לעולם ועד") און די הויכע שמונה עשרה (און דער עולם זאגט נאך קדושה).

מקור[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די משנה אין מסכת ברכות, און אויך דער שולחן ערוך[1] אז דער ש"ץ גייט צו צום עמוד צו זאגן "ישתבח", און נאך דעם קדיש און ברכו, ברכת קריאת שמע און די שמונה עשרה. ביי רוב אשכנזים איז דער מנהג אז דער ש"ץ גייט צום עמוד פריער (אדער צו אדון עולם און ברכות, וואס ער זאגט הויך, אדער צו קרבנות, אדער צו "הודו". לכתחילה דארף זיין א פאסיגער מענטש וואס האט נישט קיין עבירות און געוואוינט צו ליינען די פסוקים אין תנ"ך.[2] ווען מען קען נישט טרעפן א ש"ץ מיט אלע מעלות, איז יעדער ייד נאך דער בר מצוה כשר צו זיין א ש"ץ.[3]

אין חז"ל און שו"ע ווערט דער חזן גערופן "יורד לפני התיבה", ער גייט אראפ פאר דעם עמוד, און וועגן דעם, אין טייל שולן איז דער ארט וואו דער ש"ץ שטייט נידעריגער ווי די גאנצער שול.


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אורח חיים סי' נ"ג
  2. שו"ע או"ח נג סעיף ד
  3. שו"ע או"ח נג סעיף ז