פוקס

פֿון װיקיפּעדיע
פוקס
געוויינטלעכער פוקס
געוויינטלעכער פוקס
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
אָפטייל: כארדאטן
סדר: Carnivora
פֿאַמיליע: Canidae
Tribe: Vulpini
מין

דער פוקס איז א חיה וואס ווערט פארעכנט צווישן די פאמיליע פון די הינט. אבער עס ענדלט מער צום וואלף סיי מיטן אויסזעהן, און סיי מיט איהר נאטור, זי האט זייער שלעכטע רשעות'דיגע נאטורן, ווען זי כאפט זיך אריין אין א הינער שטייג וועט זי הרג'ענן אלע הינער אפילו זי דארף נישט מער ווי איינע. מיט דעם אלעם איז דער גרעסטער שונא פארן פוקס דער וואלף, ער פאנגט איהר און עסט איהר אויף.

זי וואוינט איז א גרוב אין דער ערד, איהר הייל איז געבויט קונטצוג, עס האט פיל טונעלן און צימערן, א הייל פון א פוקס קען האבן ביז צען עפענונגען, עס האט א פאדערשטע שטוב, אין אינעווייניקסטן שטוב ווי עס ליגט דארט איהר שפייז, און א גאנצער אינעווייניגסטער שטוב ווי זי שלאפט.

דער פוקס שפייזט זיך פון פאנגען ציגען, אייזלעך, מייז, עופות, שלענג, אויך קען זיך שווימען אויפן וואסער און פאנגט דארט קאטשקעס און גענז, און וויבאלד זי באוועגט זיך שנעל כאפט זי צומאל אויך פיש.

עס זענען דא עטליכע סארטן פוקסן צושפרייט אין דער וועלט, קודם איז דער דורכשניטליכער פוקס וואס איז רויט, ברוין, גרוי און געל. דערנאך קען מען טרעפען א בלויער פוקס. א זילבענער פוקס. א ווייסער פוקס.

די פוקס הייסט זייער א קלוגע חיה, און מען קען נתפעל ווערן ווי אזוי זי אנטדעקט מיט פארשטאנד וועגן אין קאמפליצירטע אומשטאנדן.

אין תלמוד ווערט דערמאנט עטליכע מאל ווי אזוי דער פוקס הייסט פיקח שבחיות[1], אויך זאגט די גמרא[2] אז עס זענען דריי הונדערט משלי שועלים אויף פוקסן.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. (ברכות דס"ט)
  2. (סנהדרין ל"א ע"ב)