אייזל
| אייזל | ||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| קאנסערווירונג סטאטוס | ||||||||||||||||||
|
איינגעשטוביקט | ||||||||||||||||||
| וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||
| Trinomial name | ||||||||||||||||||
| Equus africanus asinus קארל פאן לינע, 1758 |
דער אייזל (Equus asinus) איז א געשטוביקטער זגאל פון דער פֿערד-פֿאַמיליע. מען האט גענוצט אייזלען אלס ארבעטס בהמות איבער בערך 5,000 יאר. עס זענען דא העכער 40 מיליאן אייזלען אין דער וועלט, בפרט אין אויסוואַקסנדיקע לענדער אין וועלכע זיי ווערן באנוצט צו טראגן לאסט. קליינע קוואנטומען אייזלען ווערן געהאלטן פאר מערונג אדער אלס געלטלינגען אין אזלעכע לענדער.
אייזלען זענען ערשט געשטוביקט געווארן ארום 3000, אפשר אין עגיפטן אדער מעסאפאטאמיע, און האבן פארשפרייטן זיך איבער דער וועלט. היינט האבן זיי וויכטיקע ראלעס אין א סך פלעצער נאך. כאטש אז די צאל געשטוביקטע זגאלן גייט ארויף איז דער אפריקאנישער ווילדער אייזל א זגאל אין סכנה. אלס לאסט חיות און באלייגטערס האבן אייזלען געארבעטן מיט מענטשן פאר יארטויזנטער.
דער אייזל קוקט אויס ווי א פערד נאר האט א גרעסערן קאפ, לאנגע און שטייענדיקע אויערן און שיטערע האר. אויך האט ער אן אנדער שטימע; דאס פערד הירזשעט און דער אייזל רעוועט. די שוואנגערונג פון די אייזעליכע דויערט בערך א יאר און מאכט נאר איין פּליד. דער אייזל לעבט צווישן 20 און 50 יאר. געשלעכט צווישן אן אייזל און א קליאטשע פראדוצירט א מוילאייזל, אן אומפרוכפע חיה.
טייל ניצן דעם אייזל אלס א לאסט חיה. ער קען טראגן א ביסל מער לאסט ווי א פערד, אבער איז זייער לעפיש און מער לאנגזאם.
איבער די לעצטע יארטויזנטער האט דער געשטוביקטער אייזל געהאט פארשידענע ראלעס ווי רייטונג און לאסט טראנספארט. מיט דער אויסוואקס פון די אינדוסטריע אין די לעצטע דורות האבן ווייניקע אייזלען געבליבן אין די וועלט און ער ווערט באנוצט היינט פאר טראנספארטאציע, בפרט אין דער דריטער וועלט ווי אין דערפער נאָנט צו בערגיקע געגנטן, אין וועלכע די וועגן זענען נישט דורכפארבאר פאר מאדערנע פאָרמיטלען.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]