פון א וועלט וואס איז נישטא מער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

פֿון א וועלט וואס איז נישטא מער איז דאס לעצטע בוך וואס דער בארימטער שרייבער י. י. זינגער האט געשריבן.

לויט זיין פלאן האט עס געזאלט זיין א ווערק פון דריי דיקע בענדער, אין ארום פופצן הונדערט זייטן, וועלכע וואלט געשילדערט א ברייט קינסטלעריש בילד פון זיין לעבן - פון די קינדער יארן ביז זיין קומען קיין אמעריקע. אבער דאנערשטאג אינדערפרי דעם צענטן פעברואר אין יאר 1944 האט זיך עס איבערגעהאקט מיט זיין פלוצלונגדיגער טויט אין א יונגן עלטער.

דאס וואס ער האט אנגעיאגט צו שרייבן, האט זיך דערנאך געדרוקט אין פארווערטס אונטערן נאמען אמתע פאסירונגען, און אין 1946 איז עס ערשיינען אין א בוך אונטערן ארגינעלן נאמען ארויסגעגעבן דורך פארלאג מתנות אין ניו יארק סיטי.

אהרן צייטלין האט אנגעשריבן א קורצע הקדמה צום בוך, וועלכע נעמט ארום און שאצט אפ שטריכן פונעם לעבן פון דעם בארימטן פארפאסער.

דער בוך אנטהאלט צוויי-הונדערט-זעקס-און-זעכציג זייטן, און איז א כמו אויטא-ביאגראפיע פון ווען ער איז געווארן צוויי יאר ביז זיינע עלטערן האבן באשלאסן זיך אוועקצוציען פון לענטשין.

דער שפראך פונעם ביכל איז אויסטערליש געשמאק, און גיבט אראפ אן אויטענטישן בליק פון דאס לעבן אין די אמאליגע שטעטלעך אין אייראפע.

זיין יונגערער ברודער יצחק באשעוויס האט געשריבן אן ענליכן בוך אונטערן נאמען מיין טאטנ'ס בית דין שטוב וועלכע קען, אין א געוויסן זין, פאררעכנט ווערן אלס צווייטער חלק פון דעם ביכל.