ישראל יהושע זינגער
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון י. י. זינגער)
געבורט |
30 נאוועמבער 1893 בילגוריי, פוילן |
---|---|
טויט |
10 פעברואר 1944 (אלט 50) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, פוילן |
ישראל יהושע זינגער (1893 - 1944), באוואוסט מיטן פסעוודאנים י. י. זינגער, איז געװען אַ ייִדיש שפּראַך שרײַבער, א ברודער פֿון יצחק באַשעװיס זינגער. ער האָט געשריבן ראָמאַנען, דערצײלונגען און זיכרונות. ער איז געבױרן געװאָרן אין בילגארײ, פּױלן, און האָט געוואוינט אין װאַרשע. אין 1934 האט ער אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע. ער האָט געאַרבעט בײַם פֿאָרװערטס. ווען ער איז אַלט געװען 51 יאָר איז ער געשטאָרבן אין ניו יאָרק.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישראל יהושע זינגער איז געבוירן אין בילגאריי, רוסיש פוילן אין 1893 צו זיין פאטער, הרב פינחס מענדל זינגער און זיין מוטער בתשבע זילבערמאן.
רשימה פֿון זינגערס װערק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אַ רשימה פֿון זינגערס װערק על־פּי דער נאַציִאָנאַלער ייִדישער ביכער צענטער אין אַמעריקע; בײַ יעדע בוך איז די דאַטע אַז עס איז ערשט דערשינען געװאָרן:
- לײמגרובן (1924)
- אױף פֿרעמדער ערד (1925)
- שטאָל און אײַזן (1927)
- נײַ-רוסלאַנד : בילדער פֿון אַ ריײַזע (1928)
- יאָשע קאַלב (1932)
- די ברידער אשכנזי (1937)
- חבר נחמן (1938)
- די משפחה קאַרנאָװסקי (1943)
- פֿון אַ װעלט װאָס איז נישטאָ מער (1946)
- װילי (1948)
- דערציילונגען (1949)