װילי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

ווילי איז א קורצע ערציילונג געשריבן דורך י. י. זינגער.

עס איז ערשינען אין יאר 1948 אין די פאראייניגטע שטאטן דורך די ניו-יארקער ארבעטער-רינג-מיטלשול.

עס איז געקירצט און פארטייטשט אסאך אומשטייגערליכע ווערטער דורך זלמן יעפרויקין.

עס אנטהאלט עלף קאפיטלען אין א סך-הכל פון א הונדערט-און-עלף זייטן.

די מעשה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

עס באציהט זיך איבער א יונגל וואלף רובין (שפעטער ווילי ראבין), וועלכער גלייכט מער צו זיין א פארמער ווי לערנען - וואס זיין טאטע פארלאנגט פון אים. דערנאך וואס ער גייט אין ארמיי און זיין טאטע פארקויפט די פאלווארק אין שטעטל און ציעט זיך אריבער צווישן יודן, אנטלויפט ער קיין אמעריקע.

נאך א שטיק צייט פּעדלען, מיט נאך א יוד, צווישן די פארמס, טרעפט ער אָן א פויער וואס זעהט זיינע פעאיגקייטן אין פארמעריי, און פארבעהט איהם צו בלייבן דארט.

ער באזעצט זיך אינעם פארם און האט חתונה מיטן פארמערס טאכטער, אינגאנצן פארגעסנדיג אז ער האט קיינמאל נישט אפגעגעבן א לעבעדיגן גרוס אהיים. ער דערמאנט זיך אין זיי בלויז נאכן ליינען אין די צייטונגען איבער דער שרעקליכער מלחמה. דאן ברענגט ער זיי אריבער צו זיך, זיין מוטער טוישט דעם לעבנס-שטייגער פון זיין ווייב ביי אים אינדערהיים. אבער זיין פאטער דער תלמוד חכם קען נישט איינזיצן און פארוואנדלט דעם שטעטל אין א אטראקציע ארט פאר אלטע לייט און סתם יודן, אזש עס גלוסט זיך אים צו ווידער אנטלויפן צו א שטילע פארם...