פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 14
מראה
- אידישער אנטיסעמיט בויראט כאפט קלעפ אינמיטן זיין'ס א קאמעדי שטיקל אויף דער גאס אין מאנהעטן. [1]
- ברוך דיין האמת: בעל הבית פון אלגעמיינער זשורנאל; ר' סימאן זשעקאבסאןס שווער איז אוועק פון דער וועלט. [2]
- קידוש ה' און קדושת ישראל: אגודה ספויקסמאן ר' אבי שאפראן ברענגט ארויס די טובה פון אידישע צייטונגען; נישט די אינטערסאנטע נייעס וואס זיי דעקן נישט און מאכן א שווייג; נאר די קלאסיפיידס אפטייל וואס שרייט מי כעמך ישראל! [3]
- חילול ה' און פאראט: קרית יואל רעפובליקאנער ארויסגעשטויסענער סענאטאר טענהט אז זי האט זיך מקריב געווען איר קאריערע אלץ צוליב די סאטמארער חסידים וואס זי האט געמוזט וויילן אין וואשינגטאן קעגן געי חתונות. און צום סוף האט דער וואוט געקאסט איר טייער, בנוסף צו דעם וואס די חסידים האבן איר ארויסגעוואוט פון פאוער אן קיין שום הכרת הטוב. [4].
- אהרונים ענטפערן אז זיי האבן נישט די בלאק וואוט צו צווינגען די גוים איינהאלטן די שבע מצוות בני נח. און עס איז א אנטיסעמיטישער ליגענט אז זי האט געוואוט קעגן געי חתונות בלויז צוליב זיי. [5]
- קראון הייטס: אין בעפארברייטונג צום מעכטיגען כינוס השלוחים שילדן אויף די באס סטאנציעס מקבל פנים די שלוחים מיט אלע שפראכן אויף די וועלט. [6]