פארדייאונג

פֿון װיקיפּעדיע

פארדייאונג איז דער פראצעס פון מעטאבאליזם וואס אן ארגאניזם פראצעסירט און נעמט צונויף גרויסע מאלעקולן פון עסנווארג וואס צעגיין נישט אויף קלענערע מאלעקולן וואס צעגיין אין וואסער און ווערן נערשטאף. דאס עסן ווערט צעבראכן מעכאניש אויף קליינע שטיקער און כעמיש דורך ענזימען.

פארדייאונג הייבט אן אינעם מויל, וואו די ציין קייען דאס עסן אויף קליינע שטיקלעך, און דאס שפייעכץ גיט אריין ענזימען. דערנאך שלינגט מען איין דאס עסן דורכן וושט אין בויך אריין, ביז זיי ווערן אריינגענומען אין דער קליינע קישקע און אזוי ווייטער אין די בלוט אדערן.

צעברעכן גרויסע שטיקלעך אויף קליינע שטיקלעך הייסט מעכאנישע פֿארדייאונג. ווען די ענזימען צענעמען דאס עסן אין קליינע מאלעקולן הייסט דאס כעמישע פֿארדייאונג.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]