ענזים
אן ענזים (ענגליש: enzyme פון גריכיש: Ένζυμο) איז אַ ספּעציעל סארט פראטעין מאלעקול וואָס ארבעטן ווי קאטאליזאטארן. זיי קאָנטראָלירן כעמישע רעאַקציעס אינעם קערפער, אבער די ענזימען אליין ווערן נישט אויסגעניצט. יעדער צעל פון א בעל חי האט טויזנטער ענזימען.
כמעט יעדע ביאכעמישע רעאקציע אין א לעבעדיגן באשעפעניש דארף אן ענזים; מיט ענזימען ארבעטן רעאקציעס גיכער ווי אן זיי.
דעם ערשטן ענזים האט אויסגעפונען דער פראנצויזישער כעמיקער אנסעלם פאיען אין 1833.
דאס געביט פון ביאכעמיע וואס שטודירט ענזימען הייסט ענזימאלאגיע.
סטרוקטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ענזימען זענען קאמפלעקסע מאלעקולן צוזאמענגעשטעלט פון עטלעכע אמינא-זייערסן. די אמינא-זויערן פארבינדן צוזאמען אין א לאנגן קייט.
עס זענען פאראן טויזנטער פארשידענע ענזימען.
א ביישפיל פון אן ענזים איז אַמילאַז, וואס געפינט זיך אין שפייעכץ; ער צעברעכט קראכמל מאלעקולן אויף די קלענערע מאלעקולן גלוקאז און מאלטאז.