לדלג לתוכן

פארווערטס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פֿאָרװערץ)
פארווערטס
The Forward
http://forward.com אפיציעלע וועבזייטל

דער פֿאָרװערטס איז אַ ייִדישע צײַטונג זייט ה'תרנ"ז, װאָס דערשײַנט אין ניו־יאָרק.

די צײַטונג איז געגרינדעט געוואָרן דעם 22סטן אַפּריל, 1897, און האָט תּמיד געקעמפֿט פֿאַר סאַציאַלער גערעכטיקייט, געהאָלפֿן דורות אימיגראַנטן זיך צוגעוווינען צו דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און געווען די ערשט צו דרוקן וויכטיקע נײַעס־אַרטיקלען אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם ערשטן רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, האָט דער "פֿאָרווערטס" מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דאָס קול פֿונעם ייִדישן אימיגראַנט.

אין די 1930ער יאָרן איז דער "פֿאָרווערטס" געוואָרן איינע פֿון די בעסטע טאָג־צײַטונגען אין אַמעריקע מיט אַ טיראַזש וואָס האָט דערגרייכט 275,000 קאָפּיעס. דער "פֿאָרווערטס" האָט געהאַט אַ השפּעה אין דער גאַנצער וועלט און אַפֿילו אינעם "ווײַסן הויז" אין וואַשינגטאָן. נאָך טויזנטער מענטשן האָבן זיך צוגעהערט יעדן טאָג צו דער "פֿאָרווערטס"־ראַדיאָ־סטאַנציע "WEVD". אינעם "פֿאָרווערטס" האָבן זיך געדרוקט שרײַבערס פון דער ייִדישער ליטעראַטור, צווישן זיי: מאָריס ראָזענפֿעלד, שלום אַש, אַבֿרהם רייזען, דוד בערגעלסאָן, י. י. זינגער, חיים גראַדע און די נאָבעל־לאַורעאַטן י. באַשעוויס און אלי וויזעל.

דער "פֿאָרווערטס" איז הײַנט אַ וואָכנצײַטונג, וואָס דינט ווי די הויפּט־פּובליקאַציע פֿאַרן ייִנגערן דור ייִדישע שרײַבערס. באָריס סאַנדלער, וועלכער איז געוואָרן הויפּט־רעדאַקטאָר אין 1998, האָט איבערגעמאַכט דעם "פֿאָרווערטס". איצט איז דער "פֿאָרווערטס" געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַל־אָנערקענטע צײַטונג מיט אַ הויכן סטאַנדאַרד פֿון פּאָליטישער און קולטורעלער קריטיק, וואָס ציט צו לייענער פֿון אַ סך לענדער. יונגע רעדאַקטאָרן און שרײַבערס העלפֿן צו פֿאַרהײַנטיקן די צײַטונג. די "פֿאָרווערטס"־ראַדיאָ־שעה קען מען ווײַטער הערן יעדע וואָך און אויף דער אינטערנעץ.

זי איז אמאל געווען אַ גרויסע ײַדיש רעדענדיגע טאג צייטונג אין אמעריקע. היינט צו טאג איז דער פארווערטס א וואכן צייטונג. זײַ האבן אויך אן ענגלישע אויסגאבע, "דהי פֿאָרוואָרד", וואס דינט זײַער ליבעראלער אגענדע און לעבן־אויסקוק.

זײַן היינטיגער רעדאַקטאָרשע איז שרה רחל שעכטער, טאכטער פונעם לינגוויסט ד״ר מרדכי שעכטער; דער אסיסטענט־רעדאקטאר איז איציק גאָטעסמאַן.

קריטיק קעגן וויקיפעדיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אקטאבער 2006 האבן פארווערטס פובליקירט אן ארטיקל וואס קריטיקטירט די יידישע וויקיפעדיע און טענה'ט אז אירע ארטיקלען זיינען זייער קליין און פאסיק בלויז צו דער פרומער געמיינדע (וואס דערפאר וואלט דאס געדארפט הייסן "חרדיפעדיע"). א ראיה דערפון ברענגען זיי פון דעם ערשטן ארטיקל "צעטל קטן" וואס איז זייער קליין געשריבן אָן ברייטע אינפארמאציע. אויך שרייבן זיי אז דאס ווארט "חורבן" איז נישט עקזיסט אין דעם וויקיפעדיע לעקסיקאן. (פארבינדונג צו דער ארטיקל (ארכיווירט 13.03.2012 ביי דער Wayback Machine))

עס איז אינטרעסאנט אויפצומערקן אז זייערע אלע 3 טענות האט נישט קיין אונטערשטעל. 1. דער ארטיקל "צעטל קטן" איז פון די קלענסטע ארטיקלען אין דער וויקיפעדיע. 2. לפחות 50% פון אונדזערע ארטיקלען האבן גארנישט צו טון מיט פרומקייט, נאר פארקערט, פילע ארטיקלען פארטוהען זיך מיט וועלטלעכע טעמעס. 3. דאס ווארט "חורבן" איז שוין לאנג עקזיסט אין דער חורבן ארטיקל.


ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטונגען
פֿאַרגאַנגענע צײַטונגען דער יודישע וועקער דער פריינד דער פאקל דער קאנטשיק דאס יודישע ווארט יידישע שטימע הײַנט אונזער טריבונע דאס יודישע טאגבלאט טאג שריפט
1905-1907 1903-1908 1929-1931 1931-1933 1931-1933
הײַנטיקע צײַטונגען פֿאָרװערטס לעבנס פֿראַגן דער אלגעמיינער זשורנאל
זײַט 1897 זײַט 1951
חרדישע צײַטונגען דער איד דער בלאט די צייטונג די חרדישע וועלט אידישע טריבונע
זײַט 2000 זײַט 1962