לדלג לתוכן

יושע פישמאן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שיקל פישמאן)
יושע פישמאן
געבורט 18 יולי 1926
פילאדעלפיע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1 מערץ 2015 (אלט 88)
בראנקס, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט קאלומביע אוניווערסיטעט
אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
שיקל פישמאן ביי איינע פון זיינע אויפטריטן אין אוניווערסיטעטן לטובת א קליינע שפראך

יושע אהרן "שיקל" פֿישמאן (18טן יולי 1926 פילאדעלפיע1טן מערץ 2015, י' אדר תשע"ה, בראנקס) איז געווען וועלט-בארימט אלס א ברייט-פארצווייגטער ווייט-גרייכנדער יידישיסט און לינגוויסט, אין אמת'ן אריין נישט נאר לטובת יידיש נאר אויך א כללית'דיגער עסקן פאר אלע מיניאריטעט שפראכן.

ער איז געבוירן אין האט געוואוינט אין פילאדעלפיע דארטן זיך געהאדעוועט אין פובליק שולע אבער זיין אידישיסטישער טאטע האט אין אים אנגעצינדן א רייץ אן אהבה צו דער אידישער מאמע לשון - יעדן טאג ביים נאכטמאל האט ער געהאקט אין טיש און געפאדערט פון די קינדער: וואס האט איר היינט אויפגעטאן פאר אונזער יידישער שפראך?!

אלס בחור האט ער געלערנט תורה עם דרך ארץ אין ישיבה אוניווערסיטעט.

אין 1948 איז ער געווען א תלמיד פון דעם גרויסן יידישן לינגוויסט מאקס וויינרייך.

ער האט באקומען א דאקטאר טיטל אין דער שטודיע פון מיניאריטעט חינוך.

אין 1951 האט ער געהייראט געלא שווייד (1925-2017).

ער איז געווען אן סגן פראפעסער אויף פסיכיאלאגיע אין די אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע און האט שפעטער פארנומען א סך פראפאסארישע שטעלעס אין פארשידענע אוניווערסיטעטן ארום אמעריקע אינעם לינגוויסטיק געביט.

ער האט שוין אפגעשריבן הונדערטער ווערק און ארטיקלען לגבי וויאזוי צו ראטעווען - און בכלל ארום דעם מצב פון קליינע שפראכן.