לדלג לתוכן

ענגליש

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ענגלישן)
טונקל בלוי:לענדער וואו רוב מענטשן רעדן ענגליש
העל בלוי: לענדער וואו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך, אבער רוב רעדן נישט ענגליש
EN ISO 639-1

ענגליש איז אַ מערב־גערמאנישע שפּראַך וואס שטאמט פון גרויסבריטאניע װאָס װערט היינט גערעדט אלס א מוטער שפראך דורך אַרום 380 מיליאָן פּערזאָנען.

די שטאַטן ווו ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך זיינען: גרויסבריטאניע, אירלאנד, קאנאדע, ניו זילאנד, אינדיע, פאקיסטאן, מאלטא, די פיליפינען און סינגאפור, און געציילטע שטאטן אין אפריקע. די פאראייניגטע שטאטן און אויסטראליע האבן נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש ניצט מען ענגליש.

היינטצוטאג איז ענגליש די איינציגסטע וועלט שפראך. ענגליש האט אסאך ווערטער; דאס אקספארד ענגליש ווערטערבוך ברענגט מער ווי 250,000 ווערטער.

ענגליש איז אפיציעל אנערקענט מיט דריי באזונדערע דיאלעקטן, דער אמעריקאנישער, דער בריטישער און דער קאנאדישער.

כאטש ענגליש איז א גערמאנישע שפראך, קומט 60% פון זיין וואקאבולאר פון לאטיין.

ענגליש איז די דריטע גרעסטע מוטערשפראך אין דער וועלט, נאך כינעזיש און שפאניש, און די מערסט פארשפרייטע צווייטשפראך. ענגליש איז אן אפיציעלע שפראך פון די פאראייניגטע פעלקער, דעם אייראפעישן פארבאנד און גאר א סך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס. 70% פון רעדער פון גערמאנישע שפראכן רעדן ענגליש.

ענגליש איז אן אינדא-אייראפעאישע שפראך און געהערט צו דער מערב-גערמאנישע אפטייל פון די גערמאנישע שפראכן.

ענגליש איז א מערב־גערמאניש שפראך, וואס האט אַנטוויקלט אין ענגלאנד. דייטשע קאלאניסטן (זאַקסן, אַנגלען און דזשוטן) זענען געקומען צו בריטאניע פון צפון־מערב דייטשלאנד, דענמארק און די נידערלאנדן, אָנהייבנדיק אין יאָר 449. זיי האבן זיך באַזעצט. אין די דרום און מזרח פונעם אינזל בריטאַניע, און האבן אַוועקגעשטופט די קעלטישע בריטן וואָס האבן געוואױנט דארט פֿריער, ביז יענע האבן גערעדט זייער שפראַך אַנשטאָט די אלטע קעלטישע שפראַכן. טייל רעדן נאך קעלטישע שפראַכן—וועלשיש אין וויילס און קארניש אין קארנוואל.

סקאטס איז אַ דיאַלעקט פֿון ענגליש וואָס מ׳רעדט אין סקאטלאנד.

די נענטסטע שפראך צו ענגליש צווישן די שפראכן וואס מ׳רעדט נאך היינט איז פֿריזיש, א שפראך וואס עטלעכע 500,000 מענטשן רעדן אין האלאנד, דייטשלאנד און דענמארק. דאך קענען ענגליש רעדער און פריזיש רעדער נישט פארשטיין איינער אנאנד. אנדער שפראכן וואס געהערן צו דער מערב־גערמאנישער פאמיליע אזוי ווי ענגליש זענען האלענדיש (וואס מ׳רעדט אין האלאנד און בעלגיע) און דייטש (וואס מ׳רעדט אין דייטשלאנד, עסטרייך און שווייץ).

א סך אנדערע פעלקער זענען געקומען וואוינען אין ענגלאנד במשך די יארן, וואס האבן גערעדט אנדערע שפראכן, און די דאזיקע שפראכן האבן צוגעלייגט ווערטער וואס האבן געענדערט די ענגלישע שפראך ביז זי איז געווארן מאדערן ענגליש. צום ביישפיל, אומגעפער יאר 800 זענען געקומען די וויקינגען, ים־גזלנים פון דענמארק און נארוועגיע. זיי האבן גערעדט צפון־גערמאנישע שפראכן און טייל פון זייערע ווערטער זענען אריין אין ענגליש.

ווען וויליאם דער ערשטער האט איבערגענומען די הערשאפט פון ענגלאנד אין יאר 1066, האט ער געברענגט זיינע אדעלן, וואס האבן גערעדט נארמאניש, א שפראך ענלעך צו פראנצויזיש. די ענגלישע שפראך האט זיך געטוישט ווייל מען האט זי גערעדט אבער נישט געשריבן דורכאויס עטלעכע 300 יאר (אפיציעלע שריפטלעכע דאקומענטן האט מען געשריבן אויף נארמאניש). אין יענער תקופה האט ענגליש געבארגט פון נארמאניש א סך ווערטער, ווי אויך האט מען אנגעהויבן פארלירן די אלטע ווארט־ענדונגען. דאס איז די תקופה פון מיטל-ענגליש. א גאנץ באקאנטער שרייבער פון מיטל-ענגליש איז דזשעפרי טשאסער. במשך די יארן האבן די קלאנגען זיך ווייטער געענדערט און מיטל-ענגליש האט זיך אנטוויקלט אין מאדערנעם ענגליש.

ווערנט די יארן האט ענגליש אריינגענומען נייע ווערטער פון א סך אנדערע שפראכן, בעיקר פון פראנצויזיש-אומגעפער 30% צו 40% פון אירע ווערטער-אבער אויך פון כינעזיש, הינדי און אורדו, יאפאנעזיש, שפאניש און פארטוגעזיש. וויסנשאפטלער פון פארשידענע לענדער דארפן קענען רעדן איינער מיט אנאנד זענען די נעמען פאר וויסנשאפטלעכע זאכן גענומען פון די שפראכן גריכיש און לאטייניש. די ווערטער זענען אריין אין ענגליש; למשל, photography פֿאטאגראפֿיע ("-photo" איז טייטש "ליכט" "און "graph-" איז טייטש "בילד" אדער "שרייבן", אויף גריכיש.[1] א פאטאגראפיע איז א בילד געמאכט ניצן ליכט), אדער telephone טעלעפֿאן.

אזוי שטאמט ענגליש פון אלט-ענגליש, דעניש, נארס און פראנצויזיש, אריינגעמישט מיט לאטיין, גריכיש, א ביסל כינעזיש, הינדי, יאפאנעזיש, שפאניש און אויך ווערטער פון אנדערע שפראכן. ענגליש האט גענומען ווערטער אויך פון יידיש, ספעציעל אמעריקאנישע ענגליש, מיט אזעלכע ווערטער ווי maven מבין און bagel בייגל.

ענגליש האט א גאר גרויסן ווערטער־אוצר, מיט אומגעפער 600,000 ווערטער. א דריטל פון די ווערטער שטאמען פון דייטשע שפראכן, א דריטל פון לאטיין און א דריטל פון פראנצויזיש.

אין טאג-טעגלעך לעבן ניצט מען נישט מער ווי 5000 ווערטער, און אין שרייבן ניצן דורכשניטלעכע מענשטן נאך 15,000 ווערטער.

איינע פון די אורזאכן פארן גרויסן ווערטער־אוצר וואס ענגליש פארמאגט איז וואס גאר א סך באגריפן האבן מער ווי איין ווארט אויף ענגליש: א ווארט וואס שטאמט פון דייטש און א ווארט וואס שטאמט פון פראנצויזיש, לאטייניש אדער אלט-גריכיש. געוויינלעך ווערט דאס ווארט מיט א דייטשן אפשטאם געניצט אין דער טאג־טעגלעכער שפראך, מיט א ברייטער באדייטונג, און דאס ווארט וואס שטאמט פון פראנצויזיש אדער לאטייניש, וואס קען זיין א לענגער ווארט, באדייט א מער ספעציפישן באגריף. פאלגנד זענען עטלעכע ביישפילן:

  • הארץ. אויף דייטש איז האַרץ Herz, אויף האלענדיש Hart, אזוי ווי דאס טאג-טעגליך ווארט אויף ענגליש: Heart (אויסגערעדט גלייך אויף האלענדיש און אויף ענגליש כאטש די אויסלייג איז אנדערש). אויף לאטייניש איז הארץ Cor (געניטיוו Cordis), וואס איז דער מקור פון די מער ספעציפישע ווערטער אויף ענגליש, למשל Cordial ("הארציג"). דאס ווארט Cardiac ("געבונדן מיטן הארץ מעדיציניש ללב") נעמט זיך דורך לאטייניש פונעם גריכישן ווארט Kardia, וואס מיינט "הארץ".
  • פוס. אויף דייטש Fuß, אויף האלענדיש Voet און דאס טאג-טעגליך ווארט אויף ענגליש איז Foot (אויסגערעדט גלייך אויף האלענדיש און אויף ענגליש כאטש די אויסלייג איז אנדערש). אויף לאטייניש איז פֿוס Pes (געניטיוו Pedis) אויף גריכיש Pos (געניטיוו Podos). וואס איז דער מקור פון די מער ספעציפישע ווערטער אויף ענגליש Pedestrian ("פֿוסגייער") און אויך Podiatrist און Chiropodist ("כיראפאד", דאקטער וואס ספעציאליזרט אין פיס קרענק).
  • בוך. אויף דייטש Buch, אויף האלענדיש Boek און אויף ענגליש Book (אויסגערעדט גלייך אויף האלענדיש און אויף ענגליש כאטש די אויסלייג איז אנדערש). אויף לאטייניש איז בוך Liber (געניטיוו Libri), פון וואנעט שטאמט דאס ענגלישע ווארט Library ("ביבליאטעק").
  • מילך. דאס ווארט אויף דייטש איז Milch, אויף האלענדיש Melk און אויף ענגליש Milk (אויסגערעדט גלייך אויף האלענדיש און אויף ענגליש כאטש די אויסלייג איז אנדערש). אויף לאטייניש איז מילך Lac (געניטיוו Lactis), פון וואס איז אנטוויקלט געווארן עטלעכע וויסנשאפטלעכע באגריפן, צום ביישפיל Lactic acid (מילך זויער), Lactosis (אלערגיע צו מילך) און לאקטאז (מילך־צוקער).
  • וואסער. דאס ווארט אויף דייטש איז Wasser, אויף האלענדיש Water און דאס טאג-טעגליך ווארט אויף ענגליש איז Water. אויף לאטייניש איז וואסער Aqua (אויף פראנצויזיש איז אוועקגעפאלן דער קאנסאנאנט און דאס ווארט איז געווארן Eau), וואס איז דער מקור פון עטלעכע ספעציפישע ווערטער, צום ביישפיל Aquarium ("אקוואריום"), Aquatic ("וואסער־") און Aquarius ("מזל דלי").


  • one - איינס
  • two - צוויי
  • three - דריי
  • four - פֿיר
  • five - פֿינעף
  • six - זעקס
  • seven - זיבן
  • eight - אַכט
  • nine - ניין
  • ten - צען
  • eleven - עלף
  • twelve - צוועלף
  • thirteen - דרייצן
  • fourteen - פֿערצן
  • fifteen - פֿופֿצן
  • sixteen - זעכצן
  • seventeen - זיבעצן
  • eighteen - אַכצן
  • nineteen - ניינצן
  • twenty - צוואנציק
  • thirty - דרייסיק
  • forty - פֿערציק
  • fifty - פֿופֿציק
  • sixty - זעכציק
  • seventy - שבעים
  • eighty - שמונים
  • ninety - תשעים
  • one hundred - הונדערט
  • two hundred - צוויי הונדערט
  • three hundred - דריי הונדערט
  • four hundred - פֿיר הונדערט
  • five hundred - פֿינעף הונדערט
  • six hundred - זעקס הונדערט
  • seven hundred - זיבן הונדערט
  • eight hundred - אַכט הונדערט
  • nine hundred - ניין הונדערט
  • first - ערשט
  • second - צווייט
  • third - דריט
  • fourth - פֿערט
  • fifth - פֿינפֿט
  • sixth - זעקסט
  • seventh - זיבעט
  • eighth - אכט
  • ninth - ניינט
  • tenth - צענט
  • eleventh - עלפֿט
  • twelfth - צוועלפֿט
  • thirteenth - דרייצנט
  • fourteenth - פערצנט
  • fifteenth - פופצנט
  • sixteenth - זעכצנט
  • seventeenth - זיבעצנט
  • eighteenth - אכצנט
  • nineteenth - ניינצנט
  • twentieth - צוואנציגסט

זייט דעם 9טן יארהונדערט שרייבט מען ענגליש אין א לאטיינישן אלפאבעט (אויך גערופן רוימישער אלפאבעט). דער מאדערנער ענגלישער אלפאבעט האט 26 בוכשטאבן פון דער לאטיינישער שריפט: a, b, c, d, e, f, g, h, i, j, k, l, m, n, o, p, q, r, s, t, u, v, w, x, y, z (וואס האבן אויך די גרויסהאנטיקע פארעמען: A, B, C, D, E, F, G, H, I, J, K, L, M, N, O, P, Q, R, S, T, U, V, W, X, Y, Z).

די בוכשטאבן b, d, f, h, j, k, l, m, n, p, r, s, t, v, w, y, z רעפרעזענטירן די פאנעמעס, /b, d, f, h, dʒ, k, l, m, n, p, r, s, t, v, w, j, z/. די אותיות c און g נארמאל רעפרעזענטירן /k/ און /ɡ/, אבער ס׳איז אויך פֿאראן א ווייכער c אויסגערעדט /s/, און א ווייכער g אויסגערעדט /dʒ/. די דיפערענצן אין די צוויי אויסרעדן פון די אותיות c און g קען מען אפטמאל דערקענען פון די פאלגנדע אותיות אין דעם סטאנדארטן אויסלייג פון ענגליש. געוויסע פֿאנעמעס שרייבט מען מיט דיגראַפֿן (צוויי בוכשטאבן), למשל ch פאר /tʃ/, sh פאר /ʃ/, th פאר /θ/ אדער /ð/, ng פאר /ŋ/, qu פאר /kw/, און ph פאר /f/ אין ווערטער גענומען פון גריכיש. דער בוכשטאב x ווערט אויסגערעדט אין אלגעמיין ווי /z/ אין אנהייב פון א ווארט און ווי /ks/ אינמיטן א ווארט. די אלע כללים האבן אויסנאמען, אפטמאל צוליב בארגן א ווארט פון אן אנדער שפראך וואס מען לייגט אויס לויט די פרינציפן פון יענער שפראך.

מאדערנער ענגליש גראמאטיק האט זיך אנטוויקלט פון א כסדריקער ענדערונג פון דער שטארקער בייגונג פון אינדא-אייראפעאיש צו אן אנאליטישער סיסטעם וואס פארלאזט זיך אויפן ווארט-סדר אין א זאץ מיט ווייניג אינפלעקציע. עטלעכע אייגנשאפטן פון די גערמאנישע שפראכן קען מען דערקענען נאך אין ענגליש, למשל די אונטערשייד צווישן שטארקע שטאמען, וואס בייגן זיך דורך ענדערן דעם שטאם וואקאל (ווי אין די פארן speak/spoke און foot/feet), און די שוואכע שטאמען, וואס בייגן זיך דורך צולייגן (ווי love/loved און hand/hands). אין ענגליש קען מען דערקענען זיבן הויפט קלאסן פון ווערטער: ווערבן, סובסטאנטיוון, אדיעקטיוון, אדווערבן, באשטימערס (ד״ה ארטיקלען: a, the), פרעפאזיציעס און בינדווערטער.

סובסטאנטיוון און סובסטאנטיוו־פֿראזעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויף ענגליש בייגט מען סובסטאנטיוון נאר פאר צאל און פארן פאסעסיוון פאל.

אזוי ווי אויף יידיש איז דער ווערב to be (זיין) אנדערש פון רוב ווערבן:

איצטיקע צייט פֿארגאנגענע צייט
ערשטער פערזאן איינצאל (I) am was
צווייטער פערזאן איינצאל (you) are were
דריטער פערזאן איינצאל (he,she,it) is was
ערשטער פערזאן מערצאל (we) are were
צווייטער פערזאן מערצאל (you) are were
דריטער פערזאן מערצאל (they) are were
  1. די ווערטער קומען מערסטנס פון גריכיש אבער מען שרייבט זיי אין לאטיינישער אותיות, וואס מען ניצט אויף ענגליש .


Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף ענגליש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש