לדלג לתוכן

סמבטיון

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סאמבאטיאן)

סמבטיון אָדער סאַמבאַטיאָן אין מדרש (בראשית רבה פרק י"א) דערציילט אז די עשרת השבטים האבן גולה געווען אויף דער צווייטער זייט פון טייך סמבטיון, וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבערגיין דער טייך, און נאר שבת איז דער טייך רוהיג. און ווען די צייט וועט קומען וועט משיח זיי אָפברענגען פון דארטן, ווען ער וועט אויסלייזן כלל ישראל.

דער טײַך הײסט „סמבטיון“ (פֿון וואָרט „שבת“, „סאַבאַט“) און „סנבטיון“. די אַגדה וועגן דאָזיקן טײַך איז פֿאַראַן אין מסכת סנהדרין ס”ה אין נאָמען פֿון תנא רבי עקיבֿא. אָבער די לעגענדע וועגן טײַך איז געווען פֿאַרשפרײט נאָך פֿריער (פֿלאַוויוס אין מלחמות ספֿר ז', פליניוס). וועגן דעם, אַז אין יענער זײַט סמבטיון געפינען זיך די עשרת השבֿטים, איז פֿאַראַן אין ירושלמי סנהדרין פרק י' „אחת לפנים מנהר סמבטיון“. שפעטער ווערט די לעגענדע געבראַכט אין דעם ספור פֿון אלדד הדני.

אין די שבת זמירות „מה יפֿית“ און „יום שבת קודש“ ווערט דערמאָנט דער סמבטיון.[1]

אין פֿיל צײַט האָבן פֿאַרשײדענע ייִדישע רײזנדער געפרוּאווט צוצוקומען צום טײַך סמבטיון און צו געפֿינען די עשרת השבֿטים.

פרטים בײַ לאַזאַר אין זײַן בוך „עשרת השבֿטים“, אויך אין ערוך השלם פֿון קאהוט (ערך „סמבטיון“).

עס איז באקאנט דער בריוו וואס דער שבת האט געשיקט צום ספרדישן חכם אבן עזרא, און דארט ווערט דערמאנט דער טייך סמבטיון.


  • אין דער סאטירע מסעות בנימין השלישי פון מענדעלע מוכר ספרים ווערן באשריבן די רייזעס פון בנימין השלישי און זיין העלפער סענדריל, וואס פארן אין ווייטנס כדי צו געפינען די "רויטע יידן" אריבער דעם סמבטיון.

אלדד הדני | הרי חושך | עשרת השבטים

  1. ”זה האות אשר שם אל, בינו ובין בני ישראל ובשביעי אשר הואל, סמבטיון הנהר, שבכל יום רץ ונמהר, יוכיח בו מנוח, תשיב למין אשר שואל.”