לדלג לתוכן

סאול בעלאו

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סאול בעללאו)
סאול בעלאו
Saul Bellow
געבורט 10 יוני 1915
קוויבעק, קאנאדע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 5 אפריל 2005 (אלט 89)
ברוקליין, מאסאטשוסעטס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט מאנטרעאל, ברוקליין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
בעלוי אויף דער עלטער

סאול (שאול) בעלוי (1915-2005) איז געווען אן אידיש-אמעריקאנער שרייבער וואס האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין אויסטערליש טאלאנטפולע שפראך, און האט פארפאסט עטליכע ווערק וואס ווערן פארעכנט אלץ גאר מייסטערפול.

בעלאו איז געבוירן געווארן אין קוויבעק, קאנאדע צו אידיש-רוסישע עלטערן, און אין זיין יוגנד האט זיך זיין פאמילע זיך געצויגן אויף שיקאגא, אילינוי.

זיין מאמע האט געהאפט אויף אים אז ער וועט זיין א תלמיד חכם, א תלמוד לערער, אבער ער האט אלץ געצויגן צו שרייבן. אין אוניווערסיטעט האט ער אבער שטודירט אנטראפאלאגיע, און מאנכע זאגן אז עס האט זיך אנדערקענט זיין אנטראפאלגישע אינטערעסן אין פיל פון זיינע ווערק.

זיין קאריערע האט ער אנגעהויבן דורך שרייבן בוך רעצענזיעס פאר צען דאללער א שטיק. ער איז געווען באקאנט אלץ א זעלטענער ליבהאבער פון יידיש און האט אליין גערעדט יידיש בא'טעם'ט און זאפטיג.

שפעטער האט ער געדינט אלץ לערער אויף ענגליש ליטעראטור אין דער אוניווערסיטעט אוו שיקאגא, ניו יארק אוניווערסיטעט, פרינצטאן, בארד קאלעדז, און באסטאן אוניווערסיטעט.

אין זיינע לעצטע יארן האט ער געוואויט אין ברוקליין, מאסאטשוסיטס, וואו ער איז נפטר געווארן דעם 5טן אפריל, 2005 אין עלטער פון 89.

ער איז אפטמאל געווען אנגערופן אלץ דער מייסטער פון ענגליש שרייבן נאך וועמען אלע אנדערע שרייבער ווערן פארמאסטן. דער מייסטערפולער אידיש-אמעריקאנער שרייבער פיליפ ראטה, א געוועזענער תלמיד זיינער, האט אים אנגערופן "דער רוקן-ביין פון אמעריקאנער ליטעראטור אין דעם צוואנציג'סטן יאר-הונדערט".

ער איז באלוינט געווארן מיט דעם פוליצער פרייז, דער נאבעל פרייז פאר ליטעראטור, און דריי מאל דער נעשענעל בוק אווארד.

די מערסט באקאנטע ווערק זיינע זענען הערצוג, סיז דע דעי, און די אדווענטשורס אוו אוגי מארצ. אויסער דעם האט ער געשריבן צענדליגע בוכער, פיקציע און עסייען.

זיינע פיקטישע ווערק האבן באהאנדלט די טעמעס פון אידישע אימיגראנטן אין אמעריקע, געזעלשאפט קלאסן, און מאראליטעט. קריטיקירער זיינע האבן געהאלטן אז ער שרייבט אויף אן אלט-מאדישן אופן, א שטייגער ווי טשארלס דיקענס.