סאטמאר (שטאט)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון סאַטמאַר)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

פאר די סאטמאר חסידות גייט צו סאטמאר (הויף)

סאַטמער איז אַ שטאַט אין זיבנבערגן, רומעניע.

רבנים אין סאטמאר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער לעצטער רב אין סאטמאר פארן קריג איז געווען הרב יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי, וואס ווי עס איז באקאנט דער בילד ווען דער רומענישער קעניג קארל איז געקומען קיין סאטמאר פאר א באזוך איז ער דער ערשטער צוגעגאנגען צו אים און אים באגריסט. שפעטער אין 1940 נאך דעם וואס היטלער ימ"ש האט געשיקט זיין אויסערן מיניסטער ריבענטראפ צו צעטיילן זיבנבערגן וואס איז צוגענומען געווארן פון אונגארן ביים ווערסייל אפמאך און דאס איז צעשניטן געווארן צווישן אונגארן און רומעניע, וואס דאן איז סאטמאר צוריק געווארן אונטער דעם אונגארישער הערשאפט האט אים די אונגארישע רעגירונג געוואלט באשטראפן דערפאר, האט ער זיך פארענטפערט אז ער איז בעצם אן אונגארישער נאר אזוי ווי ער איז דער ערוויילטער רב האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר צו גיין צו דעם קבלת פנים.

בעפאר דעם איז געוועזן דארטן רב הרב אליעזר דוד גרינוואלד א ברודער פון דעם ערוגת הבשם, וואס איז בעפאר דעם געווען רב אין אויבער ווישאווא, וואס ער האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין קינדער.

בעפאר דעם איז געוועזן דארטן רב הרב יודא גרינוואלד, דער מחבר פונעם ספר זכרון יהודא, וועלכער האט מערקוועדיג אויך נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ער איז געוועזן אן איידעם ביי הרב יוסף יוזפא סופר דער דריטער זון פונעם הייליגן חת"ם סופר, וועלכער אנדערש ווי זיינע צוויי עלטערע ברודער דער כתב סופר און דער מכתב סופר האט ער נישט משמש געווען ברבנות, אבער זיין איידעם איז שוין יא געווען צוריק און רבנות שטעלע.