ניוגראונדס

פֿון װיקיפּעדיע

ניוגראונדס (ענגליש: Newgrounds) איז אן אמעריקאנער וועבזייטל און פירמע פון פארוויילונג און סאציעלע מעדיע. אנגעהויבן דעם 6טן יולי, 1995, פון טאם פֿאלפּ, דער עיקר פון דעם זייטל איז אדאבי פלאש פילמען און שפילן, אבער עס איז דא אויך א בלאט פון מוזיק און קונסט. טאם פאלפ בלייבט ווי דעם זייטל'ס בעל-הבית און מאכט נאך זיין אייגענע פראדוקציעס. דער קאבינעט פון ניוגראונדס איז אין גלענסייד, פענסילוועניע.

די סיסטעם פונעם זייטל איז מיוסד אויף דער אנטיילנעמונג פון די באניצערס, וואס סיי מאכן די פילמען, שפילן, מוזיק און צייכענונגען און סיי באשליסן ביי אפשטימונג וואס איז גוט גענוק צו בלייבן אויפן זייטל און וואס איז נישט.