משפט עברי
משפט עברי איז א מאדערנער טערמין וועלכער באצייכנט די אלגעמיינע יוריספרודענץ פון דער תורה און הלכה און אין אידישע מקורות אין אלגעמיין, אנגעהויבן פון מתן תורה. צווישן די מקורות פאררעכנט זיך די משנה, די גמרא (תלמוד), די שאלות־ותשובות ספרים, און די ספרים פון די פוסקים.
בנוגע דער פינקטליכער קאטעגאריע, וואס ווערט אלץ אריינגערעכנט אין דער דעפיניציע פון "משפט עברי", איז פארהאן א מיינונגס־פארשידנהייט צווישן פארשער און יורידישע מומחים. מנחם אלון האלט אז משפט עברי רעכנט אריין די געביטן אין הלכה וועלכע זענען אויך אנגענומען ווי לעגאלע געביטן אין אנדערע לעגאלע סיסטעמען, ווי למשל, דיני נזיקין, דיני קניין, און דיני עונשין. ווי ער זאגט, דארף מען פונאנדערשיידן צווישן "לעגאלע" הלכות, און "רעליגיעזע" הלכות. אן ענליכע מיינונג גיט אן שמשון עטינגער, וועלכער דעפינירט אינעם ראם פון "משפט עברי" אלע געזעצן וואס מיר וואלטן אליין געדארפט מאכן ווען נישט מיר וואלטן געהאט א תורה; ד"ה, די אלע געזעצן וועלכע זענען אן אומאפהענגיקער טייל פונעם לעבן. דאקעגן, יצחק אנגלרד האלט אז מען קען נישט פונאנדערשיידן צווישן לעגאלע און רעליגיעזע הלכות, און אזא צעטיילונג איז ארביטראריש.
משפט עברי אין די מקורות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין תורה שבכתב
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]משפט עברי ווערט צום ערשטן מאל דיסקוסירט אין תורה שבכתב אין ספר שמות, אין פרשת משפטים. דארט ווערן געברענגט רוב פון די דיני ממונות וועלכע ווערן דערמאנט אין דער תורה, דיני עבדים, דיני רוצח, און ווי אויך הלכות וועלכע זענען נוגע פאר שופטים (די וועלכע פסק'ענען די הלכות).
נאך א פרשה אין דער תורה וואס איז א וויכטיגער מקור פאר די דינים פון משפט עברי איז פרשת שופטים, אין ספר דברים. אין דער פרשה ווערן נישט דיסקוסירט דיני ממונות, אבער דארט ווערט געברענט דער חיוב אויפצושטעלן א יושר'דיגע יורידישע סיסטעם:
שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ.
אזוי אויך ווערן אויסגעקלארט אין דער פרשה די הלכות פון א זקן ממרא, די הלכות פון עדות, און נאך מערערע דינים וועלכע זענען נוגע ביי א פאל פון א מאָרד.
אין פרשת כי תצא ווערן אויסגעקלארט די הלכות פון אונס און נאך פיל דינים און הלכות.
אין תורה שבעל־פה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער משנה געפינט זיך דער משפט עברי אין עטליכע מסכתות:
אין סדר מועד - די הלכות פון קידוש החודש אין מסכת ראש השנה.
אין סדר נשים - די הלכות פון יבום און חליצה אין מסכת יבמות. די הלכות פון כתובה אין מסכת כתובות. די הלכות פון סוטה אין מסכת סוטה. די הלכות פון זיך גט'ן און חתונה האבן און מסכתות גיטין און קידושין.
אין סדר נזיקין - אלע דיני ממונות (חוץ די וועלכע זענען פארבונדן מיט די הלכות פון א כתובה; זיי ווערן געברענגט אין מסכת כתובות). פארצייטנס איז געווען א מסכת וואס מען האט גערופן "מסכת נזיקין". שפעטער, צוליב זיין גרויסקייט, האט מען צעטיילט דעם מסכת אין דריי באזונדערע מסכות: "מסכת בבא קמא", בבא מציעא", און "מסכת בבא בתרא". אפילו נאך דער צעטיילונג זענען זיי פון די לענגסטע מסכתות אין ש"ס. אין מסכת בבא קמא ווערן געברענגט די דינים וועלכע באשעפטיגן זיך אין באצאלן שאדן־געלט און דער פארבאט צו גנב'ענען, רויבן, און דער חיוב זיי צו באצאלן. דיני קניין, הלוואה ריבית און די הלכות פון די "ארבעה שומרים" ווערן בעיקר אראפגעברענגט אין מסכת בבא מציעא. די הלכות פון שכנים, ירושה, און די הלכות וועלכע זענען נוגע ביים קויפן און פארקויפן ווערן אראפגעברענגט, הויפטזאכליך, אין מסכת בבא בתרא (און אביסל אין מסכת קידושין).
מסכת סנהדרין און מכות באשעפטיגן זיך אין געריכטליכע פראצעדורן און איבער ווי אזוי די פארשידענע עונשים ווערן אויסגעפירט.
אין קעגנזאץ צו פיל אנדערע מסכתות, איז אויף די מסכתות וועלכע באשעפטיגן זיך אין די הלכות פון משפט עברי אויך געשריבן געווארן אן עקוויוואלענט, סיי אין תלמוד ירושלמי און סיי אין תלמוד בבלי.
משפט עברי אין מדינת ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער קאמף פאר א מדינה לויט דער תורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די יארן הארט איידער די מדינה איז געגרינדעט געווארן, און ספעציעל אין די יארן דערנאך, האבן מערערע רבנים געפירט א העפטיגן קאמף אז די מדינה זאל זיך פירן, כאטש ווי מער, לויט דער תורה. צווישן זיי איז איז געווען דער רב הראשי, הרב יצחק אייזיק הערצאג, און הרב אליעזר יהודה וואלדנבערג דער פארפאסער פונעם שאלות־ותשובות ספר ציץ אליעזר.
אויך סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, כאטש ער האט נישט געוואלט בכלל אנערקענען אין דער עקזיסטענץ פון דער מדינה, דערמאנט אבער עטליכע מאל אין זיין ספר ויואל משה איבער דעם וואס די מדינה פירט זיך נישט לויט דער תורה, ווי למשל דאס וואס די מדינה פארלענדט נישט די עבודה זרות אין ארץ־ישראל. אין דער הקדמה צו זיין ספר שרייבט ער:
והנה עיקר היסוד של איסור השלש שבועות לא מבואר כ"כ היטב בפוסקים כשאר הלכות אחרות המצויין בכל יום ויום בכל הדורות וכו' וענין זה של התעוררות תנועה לעבור על השבועות הללו לא מצינו מימי בן כוזיבא עד זמנו של הרמב"ם שהוא לערך אלף שנים וכן מזמנו של הרמב"ם עד השבתי צבי וכן אחר זמנו של השבתי צבי עד עכשיו בדורותינו אלה, עכ"פ חלפו ועברו הרבה מאות שנים שלא עלה על לב שום אדם לעבור על זה ולא חשבו כלל על כך, ממילא היה דבר שאינו מצוי כלל ועל כן לא נתבאר זה כ"כ בפוסקים וכו' ולכן נחתי אל לבי להעלות על הגליון ביאור סוגיא זו בכל פרטיה וכל המסתעף בעניני מדינה זו וההתחברות אליה וגם לקחת חלק בהבחירות שלהם ומה שיוצא בכ"ז הלכה ברורה לאמיתה של תורה.
דאס זעלבע קען מען זאגן אויף די רבנים וועלכע האבן געפירט א קאמף פאר א מדינה לויט דער תורה. זיי האבן זיך אנגעשטויסן דא אין א מציאות אין וועלכן אידן זענען נישט געווען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר כמעט, און האבן געדארפט דא דיסקוסירן איבער שאלות וואס ווערן כמעט נישט, אדער בכלל נישט, דערמאנט אין שולחן־ערוך און אין די פוסקים.
ערשטנס, ווי אזוי בכלל דארף א רעגירונג זיין אויסגעשטעלט לויט דער תורה? איז דא בכלל א וועג לויט דער תורה ווי אזוי א רעגירונג דארף זיין אויסגעשטעלט? וואס טוט זיך למשל מיט דער מצוה פון מינוי מלך? וואס דארף זיין די באציאונג פון דער רעגירונג לגבי פרויען צו וועלן אדער צו ווערן דערוועלט פאר רעגירונגס־פאסטנס? וואס דארף זיין די באציאונג פון דער רעגירונג לגבי די נישט־אידן, מוסולמענער און נוצרים, וועלכע וואוינען אין ארץ־ישראל און זייער שמייליגע פלעצער? און וואס איז לגבי דער באציאונג פון דער רעגירונג צו כופרים און אפיקורסים? איז בכלל די פליכט פון דער רעגירונג צו זען אז אלע אידן זאלן אפהיטן די תורה? וואס טוט זיך היינט־צוטאגס ווען רוב אידן זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות און אזוי אויך די רעגירונג באשטייט פון בעיקר פון סעקולערע מענטשן איז דא בכלל א הלכה'דיגע פליכט צו פועל’ן ביי זיי אז די רעגירונג זאל זיין אויסגעשטעלט לויט דער תורה?
דער "מכתב הסטאטוסקווא"
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די עטליכע יאר פאר דער הקמת המדינה האט זיך אנגעהויבן העפטיגע פרואוון פון פארשידענע גרופעס אויסצושטעלן א קאנסטיטוציע פאר דער נייער בעפארשטייענדער מדינה. פון די וואס האבן פארגעשלאגן א קאנסטיטוציע פאר דער מדינה זענען אויך געווען די פירער פון אגודת ישראל, הרב משה בלוי און הרב יצחק ברייער. אין דער קאנסטיטוציע וועלכע זיי האבן פארגעשלאגן האבן זיי געפאדערט א מדינה וואס זאל זיך גענצליך פירן לויט דער תורה. למשל אז ס’זאל זיין א געזעץ אז יעדער איד מוז זיך מל’ען, חילול שבת בפרהסיא זאל זיין פארבאטן, תלמידי חכמים זאלן זיין פטור פון באצאלן שטייערן, אא"וו.
די פירער פון אגודת ישראל האבן צוגעשיקט זייער פארשלאגן פאר’ן אידישן "סוכנות". דער סוכנות האט זיי צוריקגעשיקט א בריוו אין וועלכער זיי זענען מסביר אז אזא זאך איז נישט מעגליך וויבאלד דער יו־ען גייט קיינמאל נישט באשטעטיגן אזא מדינה. אינעם בריוו האבן זיי אבער פארזיכערט פאר דער אגודה די זאכן:
1) שבת - ברור שיום המנוחה החוקי במדינה היהודית יהיה יום השבת, כמובן מתוך מתן רשות לנוצרים ובעלי דת אחרת לשבות ביום החג השבועי שלהם. 2) כשרות - יש לאחוז בכל האמצעים הדרושים למען הבטיח, שבכל מטבח ממלכתי המכוון ליהודים יהיה מזון כשר. 3) אישות - כל חברי ההנהלה מעריכים את רצינות הבעיה וקשייה הגדולים, ומצד כל הגופים שהנהלת הסוכנות מייצגת, ייעשה כל מה שאפשר למען ספק בנידון זה את הצורך העמוק של שלומי הדת למנוע חלילה חלוקת בית ישראל לשניים. 4) חינוך - תובטח אוטונומיה מלאה של כל זרם בחינוך ולא תהיה שום פגיעה מצד השלטון בהכרה הדתית ובמצפון הדתי של שום חלק בישראל. המדינה, כמובן, תקבע את המינימום של לימודי חובה, הלשון העברית, היסטוריה, מדעים וכדומה, ותפקח על מילוי מינימום זה, אבל תיתן חופש מלא לכל זרם לנהל את החינוך לפי הכרתו ותתרחק מכל פגיעה במצפון הדתי.
דער בריוו איז ביז היינט באקאנט ווי דער "מכתב הסטאטוסקווא" און כלומרשט דארף עס צו הייסן אז אין ענינים פון דת ומדינה גייט מען ביז היינט לויט דער ליניע וואס איז געווארן אראפגעשטעלט אין דעם בריוו.
דער קאמף פאר משפט עברי אין מדינת ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]משפט עברי איז אן אנדער מעשה ווי א "מדינה על־פי תורה". א מדינה לויט הלכה איז באמת היינט נישט מער ווי א חלום. היינט־צוטאגס זענען רוב אידן נישט קיין שומרי תורה ומצוות אזוי אז ס'זעט נישט אויס ס'זאל עפעס ווערן דערפון, אבער אין דעם קאמף איינצופירן אין מדינת־ישראל דעם משפט עברי האבן זיך דוקא אנגעשלאסן אפילו סעקולערע מענטשן.
פונקט ווי מען פארשטייט אז היות די מדינה איז א אידישע מדינה ממילא דארף די פֿאָן האבן א אידישן סימבאל (דער מגן־דוד), און ווי אויך דער נאציאנאלער הימען דארף זיין אידיש אזוי אויך זענען דא וועלכע האלטן אז דאס געזעץ פון דער מדינה דארף זיין אידיש.
א שטארקער שטופ פאר'ן אריינברענגען הלכה אין דער מדינה'ס לעגאלער סיסטעם איז געקומען פון די נאציאנאלע רעליגיעזע קרייזן, אריינגערעכנט דער ראש ישיבה פון ישיבת מרכז הרב, הרב צבי יהודה קוק, וועלכער האָט געזען פאר גאר וויכטיג דאס אריינברענגען די הלכה אין דער לעגאלער סיסטעם. ער האט זיך גאר שטארק באקלאגט אויף דעם וואס די געריכטן אין מדינת ישראל ציען זיך מער צו דעם בריטישן און טערקישן געזעץ, מער ווי דעם אידישן געזעץ.
עס זענען אבער געווען אַנדערע אין די רעליגיעזע קרײַזן, וואָס זענען דווקא נישט געווען אזוי באגייסטערט דערפון, צווישן זיי דער דער חבר הכנסת זרח ווערהאפטיג, דער גרינדער און ערשטער דירעקטאר פונעם מכון לחקר המשפט העברי אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, נישט איינזעענדיג די גרויסקייט פון נוצן רעליגיעזע געזעצן אויף א סעקולארן אופן.
דאס איינפירן משפט עברי אין דער מדינה לויט דער הלכה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין שולחן ערוך (חושן משפט א, א) ווערט גע'פסק'ענט:
בזמן הזה דנים הדיינים דיני הודאות והלוואות וכתובות אשה וירושות ומתנות ומזיק ממון חבירו שהם הדברים המצויים תמיד ויש בהם חסרון כיס אבל דברים שאינם מצויים אע"פ שיש בהם חסרון כיס כגון בהמה שחבלה בחבירתה או דברים שאין בהם חסרון כיס אע"פ שהם מצויים כגון תשלומי כפל וכן כל הקנסות שקנסו חכמים כתוקע לחבירו וכסוטר את חבירו וכן כל המשלם יותר ממה שהזיק או שמשלם חצי נזק אין דנין אותו אלא מומחים הסמוכים בא"י.
און אין שולחן ערוך, חושן משפט, סימן ב', ווערט גע'פסק'ענט:
כל ב"ד אפילו אינם סמוכים בא"י אם רואים שהעם פרוצים בעבירות (ושהוא צורך שעה) דנין בין מיתה בין ממון בין כל דיני עונש.
אין אנדערע ווערטער, היינט, ווען ס'איז נישט דא קיין סמיכה, קען א בית־דין נישט שטראפן מיט פיזישע שטראפן און אפילו נישט פסק'ענען קיין דיני קנסות. נאר ווען ס'איז "צורך השעה", קען א בית־דין, "לפי ראות עיניהם", פסק'ענען די סארט דינים.
דערפון איז אויך געדרונגען אז ביי אנגעלעגנהייטן וועלכע זענען נישט נוגע דיני קנסות ועונשין (מער ווייניגער ציווילע ענינים) דארפן די בתי משפט אין מדינת־ישראל פסק'ענען פונקט ווי עס פסק'ענען היינט די אידישע בתי־דינים, און ביי ענינים וועלכע זענען יא נוגע דיני קנסות ועונשין (מער ווייניגער קרימינאלע ענינים) מעג מען דאך לויט דער הלכה פסק'ענען "לפי ראות עיניהם", קומט אויס אז אפילו לויט דער הלכה איז ביים קרימינאלן געזעץ פארהאן מער פרייהייט ווי אזוי צו פסק'ענען.
די היסטאריע פונעם געזעץ אין מדינת־ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין ארץ־ישראל, פאר דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די טערקן האבן נאך געהערשט דארט, איז געווען איינגעפירט דאס טערקישע געזעץ, אויך באקאנט ווי דער Mecelle. די טערקן האבן אויך געגעבן גאר א שטארקע אויטאריטעט פאר די אידישע בתי־דינים, ווי עס איז געווען איינגעפירט פארצייטנס אין כמעט אלע לענדער וואו אידן האבן געוואוינט.
נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען די ענגלענדער האבן איינגענומען ארץ־ישראל, האבן זיי, ווי עס פאדערט זיך פונעם אינטערנאציאנאלן געזעץ ווען איין לאנד נעמט איין א צווייטע לאנד, איבערגעלאזט די אלטע געזעצליכע סיסטעם.
דער "דבר המלך במועצה על ארץ־ישראל, 1922"
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר תרפ"ב האבן די ענגלענדער ארויסגעגעבן א געזעץ באקאנט ווי דער "דבר המלך במועצה על ארץ־ישראל, 1922” (יעדעס געזעץ וואס איז דורכגעפירט געווארן אין ענגלאנד אין יענע צייטן האט געטראגן דעם נאמען "דבר המלך במועצה – King's Order-in-Council”) דאס געזעץ האט אראפגעשטעלט דעם סדר פון דער פירערשאפט אין ארץ־ישראל. סעיף 46 פון דעם דבר המלך במועצה על ארץ־ישראל לויטעט:
בתי המשפט האזרחיים ישפטו בהתאם לחוק העותומני שהיה נוהג בארץ ישראל ביום 1 בנובמבר, 1914, ובהתאם לאותם החוקים העותומנים המאוחרים יותר שהוכרז עליהם או שיוכרז עליהם במודעה רשמית בעל חוקים בני תקף, ובהתאם לאותם דברי מלך במועצה ולפקודות ולתקנות הנוהגים בארץ־ישראל בתאריך דבר מלך זה או אשר ינהגו או יוחקו בעתיד; ובהתחשב עם החוקים, דברי המלך, הפקודות והתקנות האלה. ובמקרים שאלה לא יהיו נוהגים לגבם, ישפטו בתי המשפט האזרחיים בהתאם ליסודות החוק המקובל ולעיקרי הצדק הנוהגים באנגליה.
אין אנדערע ווערטער האבן זיי טאקע איבערגעלאזט דאס אלטע טערקישע געזעץ, אבער האבן דערקלערט אז אין פאל ווען ס’נישטא קיין קלארע געזעץ, זאל מען פסק’ענען לויט’ן ענגלישן געזעץ.
למעשה, אזוי ווי נאכדעם וואס די ענגלענדער האבן איינגענומען ארץ־ישראל זענען כמעט נישט געבליבן דארט קיין טערקישע ריכטער און כמעט אלע שטעלעס אין די געריכטן זענען איבערגענומען געווארן דורך ענגלענדער אדער אידן וועלכע האבן נישט געהאט קיין מושג אינעם טערקישן געזעץ, פלעגן זיי כמעט אלעמאל פסק’ענען לויט’ן ענגלישן געזעץ, אזוי איז דאס ענגלישע געזעץ למעשה אומעמטליך פארוואנדעלט געווארן אלס דאס געזעץ אין ארץ־ישראל.
דער אויבנדערמאנטער דבר המלך במועצה האט אויך פעסטגעשטעלט די אויטאריטעט פון די אידישע בתי־דינים און להבדיל די אנדערע רעליגיעזע געריכטן (די מוסולמענער און קריסטליכע). סעיף 51 פונעם דבר המלך לויטעט:
השיפוט בעניני המצב האישי, בהתאם להוראות חלק זה, מסור לבתי דין העדות הדתיות. לצורך הוראות אלה, עניני המצב האישי פירושם משפטים בענין נישואין או גטין, מזונות, כלכלה, אפוטרופסות, כשרות יוחסין של קטינים, איסור השימוש ברכושם של אנשים שהחוק פסל אותם, והנהלת נכסי אנשים נעדרים.
די פלענער פאר א קאנסטיטוציע פאר דער מדינה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי דערמאנט האט זיך אין די עטליכע יאר פאר דער הקמת המדינה אנגעהויבן העפטיגע פרואוון פון פארשידענע גרופעס אויסצושטעלן א קאנסטיטוציע פאר דער נייער בעפארשטייענדער מדינה.
למעשה איז פון די אלע פלענער פאר א קאנסטיטוציע גארנישט געווארן. דער פירער פונעם סוכנות, און דער שפעטערדיגער ראש הממשלה, דוד בן גריון, האט צוליב פארשידענע סיבות בכלל זיך קעגנגעשטעלט דעם געדאנק פון אדאפטירן א קאנסטיטוציע, און ווי באקאנט איז מדינת־ישראל ביז היינט פון די איינציגסטע לענדער אויף דער וועלט וואס האט נישט קיין פארמאלע קאנסטיטוציע, נאר אנשטאט דעם האבן זיי די "חוקי היסוד" וואס דער כנסת פירט דורך פון צייט צו צייט.
פקודת סדרי השלטון והמשפט - תש״ח
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען מדינת־ישראל איז געגרינדעט געווארן, איידער עס איז אפיציעל געגרינדעט געווארן דער כנסת, האט מען געגרינדעט א צייטווייליגע רעגירונג וואס האט געהייסן די "מועצת המדינה הזמנית". עטליכע טעג נאך דער הקמת המדינה האט די מועצת המדינה הזמנית דורכגעפירט דאס ערשטע געזעץ מיטן נאמען "פקודת סדרי השלטון והמשפט". דאס געזעץ האט איינגעפירט די סיסטעם פון דער רעגירונג און דאס געזעץ פון דער נייער געגרינדעטער מדינה.
סעיף 11 פון דעם געזעץ לויטעט:
המשפט שהיה קיים בארץ־ישראל ביום ה׳ באייר תש״ח (14 במאי 1948) יעמוד בתקפו, עד כמה שאין בו משום סתירה לפקודה זו או לחוקים האחרים שיינתנו על ידי מועצת המדינה הזמנית או על פיה, ובשינויים הנובעים מתוך הקמת המדינה ורשויותיה.
אין אנדערע ווערטער, דאס געזעץ וואס איז געווען ביז היינט אין ארץ־ישראל בלייבט אין קראפט און ווי דערמאנט איז דאס געזעץ אין לאנד דאן געווען א געמיש פונעם ענגלישן און טערקישן געזעץ.
חוק לביטול המג׳לה - התשמ״ד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר תשמ"ד האט די כנסת דורכגעפירט א געזעץ אין וועלכן דאס טערקישע געזעץ איז אפיציעל גענצליך אנולירט געווארן פון דער געזעצליכער סיסטעם פון מדינת־ישראל. פון דאן איז נאר געבליבן דאס ענגלישע געזעץ און להבדיל דער משפט עברי.
משפט עברי אין פארשידענע פארגעשלאגענע קאנסטיטוציעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון די וועלכע האבן געארבעט העפטיג אויסצושטעלן א קאנסטיטוציע אין די יארן פאר דער הקמת המדינה איז געווען דער דעמאלטסדיגער רב הראשי הרב יצחק אייזיק הערצאג. הרב הערצאג האט זיך איבער דער נושא באראטן געווען מיט פארשידענע רבנים און אפילו לעגאלע עקספערטן.
שפעטער האט ער אפילו אויפגעשטעלט א וועד פון רבנים וועלכע זאלן דורכטון און דן זיין אין די הלכות וועלכע זענען נוגע דער נושא. ער האט אפילו געפלאנט צו עפענען א בית המדרש פון תלמידי חכמים וועלכע זאלן צאמשטעלן א קאדעקס געבויט אויף דער תורה וואס זאל עווענטועל זיין דאס געזעץ־בוך פון דער מדינה.
לגבי דער מצוה פון מינוי־מלך האבן רוב געהאלטן אז בזמן־הזה איז נישטא קיין חיוב וויבאלד מיר האבן נישט קיין סמיכה אדער ווייל א מלך דארף דוקא זיין מבית דוד. אנדערע האבן געהאלטן אז די מדינה זאל שטעלן א סימבאלישן קעניג נאר לשם קיום המצוה און זיין אויטאריטעט זאל נאר זיין בערך אזוי ווי דער קעניג פון ענגלאנד.
גאר אסאך האבן צוגעצייכנט די ווערטער פונעם ר"ן אין זיינע דרשות (דרוש יא) ווי ער שרייבט אז שוין בזמן הבית איז געווען צוויי אויטאריטעטן ביי אידן, דער סנהדרין וועמענ’ס פליכט איז געווען צו משפט’ן ריין לויט די געזעצן פון דער תורה, און דערנאך דער קעניג וועמענ’ס פליכט איז געווען אז עס זאל הערשן ארדענונג אין לאנד. די וואס האבן צוגעצייכנט דעם ר"ן האבן גע’טענה’ט אז אזוי אויך דארף זיין אין דער מדינה; ס’זאל זיין די בתי־דינים וואס עס איז די פריוואטע פליכט פון יעדן איד לויט דער תורה זיך צו שטעלן זיך מתדיין זיין פאר זיי ווען ער האט א דין־תורה מיט איינעם, ווי אויך דארף זיין זייער פליכט מעמיד צו זיין הדת על תילה וויפיל עס איז שייך. דערנאך דארף זיין די אלגעמיינע דעמאקראטישע רעגירונג וואס זאל גארנישט האבן צוטון מיט רעליגיעזע ענינים און זייער פליכט דארף נאר זיין צו זען עס זאל הערשן ארדענונג אין לאנד און ס’זאל נישט זיין א מצב פון "איש את רעהו חיים בלעהו".
פון די וואס האבן צוגעצייכנט די ווערטער פונעם ר"ן איז געווען, צווישן אנדערע, רבי חיים עוזר גראדזענסקי. אין יאר תרצ"ח האט הרב הערצאג געשיקט א בריוו צו רבי חיים עוזר'ן איבער דער נושא פון אויסשטעלן א קאנסטיטוציע פאר דער מדינה. רבי חיים עוזר האט אים צוריקגעשיקט א בריוו אין וועלכן ער שרייבט אים דארט צווישן אנדערע:
ע"ד עיבוד החוקה של שלטון התורה במדינה העברית, בנוגע להמשפטים זהו באמת ענין קשה שראוי להתישב הרבה בזה, לפי משכל ראשון חשבתי אולי אפשר לסדר באופן זה שהשופטים בדיני ממונות בין ישראל לחבירו יהיו הרבנים שיוכלו להזמין ולהוציא פס"ד שכחו יפה ע"פ החוק, ובנוגע למשפטים בין יהודי וא"י יהי’ ע"פ משפט כללי, בנוגע לגנבות וגזלות ושאר עונשין כפי הנראה מתשו’ הר"ן הי’ משפט המלוכה מיוחד לבד הב"ד הדנים ע"פ ד"ת, כי באמת קשה הדבר לתקנת המדינה שהגנב יפטור א"ע בכפל ומודה בקנס יהי’ פטור לגמרי, וע"כ שבכגון זה צריך לתקן תקנות המדינה כענין מכין ועונשין וכו'.
פון דער אנדערער זייט האט דער סוכנות אויך אויפגעשטעלט א קאמיטעט וואס זאל צאמשטעלן א קאנסטיטוציע. דער פירער פונעם קאמיטעט איז געווען דער אויבנדערמאנטער זרח ווערהאפטיג, א רעליגיעזער איד. ער האט זיך אויך באראטן מיט רבנים און מיט’ן רב הראשי בשעת ער האט געארבעט צאמצושטעלן א קאנסטיטוציע. פארשטייט זיך פון א קאנסטיטוציע גענצליך לויט דער תורה איז נישט געווען קיין רעדע, פונדעסטוועגן, אלס רעליגיעזער איד, האט ער אריינגעשטעלט פארשידענע לשונות גענומען פון אידישע מקורות, ווי למשל, "אין עונשין אלא א"כ מזהירין," און נאך. לגבי וואס עס זאל זיין דאס געזעץ פון דער מדינה האט ער געשריבן (סעיף 77):
המשפט הקיים בישראל ביום מתן החוקה יעמוד בתקפו… תחוקת המדינה תהא משותתת על עקרוני יסוד של המשפט העברי ועקרונות אלה ידריכו את בתי המשפט בבואם למלא את החסר בחוקים הקיימים.
חוק יסודות המשפט – תש"מ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר תש"מ האט די כנסת דורכגעפירט א געזעץ מיטן נאמען "חוק יסודות המשפט". סעיף 1 לויטעט:
ראה בית המשפט שאלה משפטית הטעונה הכרעה, ולא מצא לה תשובה בדבר חקיקה, בהלכה פסוקה או בדרך של היקש, יכריע בה לאור עקרונות החירות, הצדק, היושר והשלום של מורשת ישראל.
לויט'ן שופט מנחם אלון איז דער חוק יסודות המשפט א פאזיטיווע זאך וועלכע דערגאנצט פיל חסרונות ארום דער הלכה. דאקעגן, דער פריערדיגער נשיא פונעם העכסטן געריכט, אהרן ברק, טענה'ט אז די אידישע הלכה איז נישט נישט קיין מקור וואס איז מחייב, נאר ווערט פארצייכנט ווי אן אינספרירנדער מקור וואס דער אלגעמיינער אויסטייטש ווענדט דעם שופט צו דער הלכה.
דער משפט עברי האט אויך באקומען מאמענטום דורכדעם וואס אינעם חוק יסוד: כבדו האדם וחירתו ווערט געזאגט אז די ווירדן פון מדינת ישראל זענען די ווירדן פון א "אידישער דעמאקראטישער מדינה". דער שופט מנחם אלון, דער וויצע־נשיא פונעם העכסטן געריכט, האט ערקלערט אז דאס זיך באנוצן פריער מיט'ן טיטל "אידיש" גיט א פריאריטעט פאר'ן אויסטייטש צו דעם אדאפטירן דעם משפט עברי אין דער לעגאלער סיסטעם אין מדינת ישראל.
אין יאר תשע"ח האט מען אויסגעברייטערט דעם חוק יסודות המשפט און קלאר צוגעלייגט די ווערטער:
ראה בית המשפט שאלה משפטית הטעונה הכרעה, ולא מצא לה תשובה בדבר חקיקה, בהלכה פסוקה או בדרך של היקש, יכריע בה לאור עקרונות החירות, הצדק, היושר והשלום של המשפט העברי ומורשת ישראל.
דערמיט איז דער משפט עברי אפיציעל אנערקענט אינעם געזעץ פון מדינת־ישראל.
משפט עברי אין די געריכטן פון דער מדינה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די "פראקטישע" אדאפטירונג פון משפט עברי איז דורכגעפירט געווארן אין ראמע פון די פסקים פון די פארשידענע געריכטן. אנגעהויבן דערמיט האבן די ריכטער פון די ערשטע יארן פון דער מדינה. דער פראמינענטסטער צווישן זיי זענען געווען דער ריכטער הרב פראפעסאר שמחה אסף און דער ריכטער ד"ר משה זילבערג. אין דעם קומענדיגן דור זענען די מקורות פון הלכה ציטירט געווארן דורך די ריכטער חיים כהן און ד"ר יצחק קיסטר. חיים כהן האט שטארק בייגעשטייערט אריינצוברענגען דעם משפט עברי אינעם געזעץ אין מדינת ישראל, אנערקענענדיג אין זיין קולטורעלער וויכטיגקייט.
אויך דער וויצע־נשיא פונעם העכסטן געריכט, שניאור זלמן חעשין, האָט אויך שטאַרק באזירט זיינע פסקים אויף הלכה, און איז געווען דער ערשטער וועלכער האט זיך באנוצט מיט'ן אויסדרוק "עשיית עושר ולא במשפט" וועלכער איז שפעטער אריין אין דעם געזעץ "חוק עשיית עושר ולא במשפט", אין יאר תשל"ט.
שפעטער איז געווען דער ריכטער מנחם אלון, וועלכער האט אין זיינע לעצטע יארן געדינט אלס וויצע־נשיא פונעם העכסטן געריכט. ער האָט שטארק באאיינפלוסט די אנווענדונג פון משפט עברי. מנחם אלון איז געקומען צום געריכט נאָך יארן פון אַקאַדעמישער פאָרשונג און לערערײַ וואס צווישן זיי האט ער פיל באהאנדלט הלכה. ער האט מחבר געווען דעם בוך "המשפט העברי" (דריי בענדער), און געגרינדעט דעם מכון לחקר המשפט העברי ביים פאַקולטעט פאר געזעץ אין העברעאישן אוניווערזיטעט. פיל יארן איז ער געשטאנען אין שפיץ פון דעם מכון און האט "אויפגעצויגן" די היינטיגע פארשער און לערער פון משפט עברי. דער נשיא פונעם העכסטן געריכט, אהרן ברק, שרייבט אין זיין בוך "שופט בחברה דמוקרטית":
נקודת המוצא שלי היא חילונית... חרף זאת הנני סבור כפי שרבים מהחילונים סבורים וכפי שמשפט המדינה קובע, כי יש מקום למשפט העברי במשפט המדינה וכי מקום זה ילך ויגדל ככל שהידע על דבר המשפט העברי והגישה אליו ילכו ויגדלו
פון דער צווייטער זייט, זענען געווען ריכטער אינעם העכסטן געריכט, ווי משה זמורה, אלפרד ויתקון, יואל זוסמן, און צבי ברנזון, וועלכע האבן גע'טענה'ט אז די פסקים דארפן זיין קאָנצענטרירט און נישט אנטהאלטן צופעליגע דערקלערונגען. זיי האבן געזען דאס דיסקוסירן הלכה ווי אַ צופעליגע דערקלערונג וואָס דארף נישט ווערן אריינגענומען אין פסקים פון די ריכטער.
אן אינטערסאנטע דוגמא פון א פסק פון א ריכטער געבויט אויף דער הלכה איז געווען מיט א מענטש וואס איז זיך באגאנגען מיט מעשים אשר לא יעשו מיט א מת. כדי אים צו קענען געבן דעם מאקסימום שטראף האט אים דאס לאקאלע געריכט נישט נאר באשולדיגט אין בזיון המת נאר אויף דער עצם מעשה, כאילו ער וואלט עס געטון מיט א לעבעדיגן מענטש. זיינע אדוואקאטן האבן אפעלירט דעם פסק ביים העכסטן געריכט. איינער פון די שופטים דארט איז אריין אין א גאנצער הלכה’דיגער דיסקוסיע צו לויט דער הלכה גייט אריין א טויטער אין דער דעפיניציע פון "אדם", צוברענגענדיג מערערע מקורות דערצו פון דער גמרא און די פוסקים. למעשה האבן זיי גע’פסק’ענט אז מ’קען אים נישט באשולדיגן אויף דער עצם מעשה, וויבאלד לויט רוב פוסקים גייט א טויטער מענטש נישט אריין אין דער דעפיניציע פון "אדם". דער שופט האט אויך צוגעצייכנט דעם רמב"ם אין הלכות איסורי ביאה א, יב וואו ער פסק’ענט בפירוש אז מ’איז פטור.
געזעצן אין מדינת ישראל געבויט אויף משפט עברי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כאטש דאס געזעץ אין מדינת ישראל איז ווי דערמאנט מערסטנס סעקולער און נעמט אירע פרינציפן פונעם בריטישן געזעץ און פונעם פארצייטישן טערקישן געזעץ, איז דא אבער דערין א איינפלוס פון הלכה. אין פארשידענע פאלן האט מען אריינגעלייגט פרינציפן וועלכע מען געפינט אין הלכה אין די געזעצן פון מדינת ישראל. עטליכע ביישפילן:
- תקנות השבים, א פרינציפ לויט וועלכן מען דארף פארגרינגען פאר א פארברעכער וועלכער וויל תשובה טון.
- חוק לא תעמוד על דם רעך, וועמענ'ס נאמען און אינהאלט קומט פון א פסוק אין דער תורה אין ספר ויקרא. נישט אין אלע לענדער אין דער וועלט קען מען בכלל אנקלאגן א מענטש פארן נישט ראטעווען א צווייטן מענטש ווען ער האט געקענט. אין יאר תשנ"ח האט אבער די כנסת דורכגעפירט אזא געזעץ. סעיף 1 פונעם געזעץ לויטעט:
חובה על אדם להושיט עזרה לאדם הנמצא לנגד עיניו, עקב אירוע פתאומי, בסכנה חמורה ומיידית לחייו, לשלמות גופו או לבריאותו, כאשר לאל־ידו להושיט את העזרה, מבלי להסתכן או לסכן את זולתו... (סעיף 4) העובר על הוראות סעיף 1 לחוק זה, דינו – קנס.
עס דארף באמערקט ווערן אז לויט דער הלכה, אפילו אין דער צייט ווען ס'איז געווען דער סנהדרין און סמיכה, האט מען נישט באשטראפט איינעם וואס האט עובר געווען אויף דעם לאו וויבאלד ס'איז א לאו שאין בו מעשה. דער רמב"ם (רוצח ושמירת הנפש א, טז) שרייבט:
אף על פי שאין לוקין על לאוין אלו מפני שאין מעשה בהן חמורים הם שכל המאבד נפש אחת מישראל כאלו אבד כל העולם כלו וכל המקים נפש אחת מישראל כאלו קים כל העולם כלו.
- עשיית עושר ולא במשפט - א נאמען וועלכער קומט אויך פון די מקורות פון הלכה.
- חוק ציד חיות בר האט אדאפטירט די באווארענישן וועלכע ווערן געברענגט אין ספרי הלכה איבער פאנגען חיות סתם לשם הנאה. פאנגען אין דער מדינה איז ערלויבט נאר פאר פאנגער מיט א לייסענס.
דאס געזעץ אין מדינת ישראל האט אדאפטירט די הלכה'דיגה דעפיניציע וועלכע פארבאט אויף א מאן צו פארגוואלדיגן זיין ווייב, בעת אינעם ענלישן געזעץ האט פאר יארן נישט עקזיסטירט אזא באגריף.
פון די אנדערע געזעצן אין מדינת־ישראל געבויט אויף משפט עברי זענען די חוק השליחות – תשכ״ה, חוק איסור לשון הרע – תשכ״ה, חוק השומרים – תשכ״ז, חוק החולה הנוטה למות – התשס״ו, א"א.
רעליגיעזע געזעצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]חוץ די געזעצן אין מדינת־ישראל וועלכע זענען באזירט אויף משפט עברי זענען אויך דא אסאך געזעצן אין די מדינה וועלכע זענען דירעקט פון א רעליגיעזן כאראקטער ווי דער חוק שעות עבודה ומנוחה, חוק איסור גידול חזיר, חוק חג המצות, חוק בשר ומוצריו. די געזעצן זענען באקאנט מיטן נאמען "חקיקה דתית", ווי אויך, ווי דערמאנט, די געזעצן איבער דער אויטאריטעט פון דער רבנות בעיקר אויף עניני גירושין ונישואין און נאך וועלכע זענען נאך איבערגעבליבן פון די צייטן פון דער טערקישער און ענגלישער הערשאפט אויף ארץ־ישראל.
די אפטיילונג פאר משפט עברי אינעם יוסטיץ־מיניסטעריום
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינעם יוסטיץ־מיניסטעריום אין מדינת ישראל ווירקט אן אפטיילונג פאר משפט עברי כדי אויסצופירן דעם חוק יסודות המשפט אין דעם קאנטעקסט, אנגעבנדיג זייערע מיינונגען אויף פארשידענע פאלן אין די געריכטן אין מדינת־ישראל ווי אזוי דער פסק דארף זיין לויט דער הלכה. אין שפיץ פון דער אפטיילונג שטייט ד"ר מיכאל ויגודה.
משפט עברי אינעם חוק הלאום
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינעם "חוק יסוד: ישראל – מדינת הלאום של העם היהודי", באקאנט ווי דער חוק הלאום, האט געהייסן אז מען וועט אריינלייגן א סעיף וועגן משפט עברי וואו עס גייט מער אפיציעל אנערקענט ווערן. צום סוף איז עס נישט אריין.
משפט עברי אין דער פאליטיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון די פארטייען וואס פרעדיגן פאר משפט עברי איז די זהות פארטיי. כאטש די פארטיי האט א שטארקע ליבערטאריערישע אגענדע און פרעדיגט פאר א גענצליכן הפרדת הדת מהמדינה און פאר דער טאטאלער אויפלעזונג פונעם רבנות, פרעדיגן זיי פון דער אנדערער זייט אויך שטארק אז דער משפט עברי זאל מער אריינגיין אין דער געזעצליכער סיסטעם פון מדינת־ישראל. דענאך זענען דא פארשטייט זיך די עוצמה יהודית פארטיי און די אנדערע ראדיקאלע רעליגיעזע רעכטע פארטייען וועלכע פאדערן א גענצליכע מדינה לויט דער תורה.
דער קאנפליקט צווישן דער מדינה און הלכה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א פונדאמענטאלער גרונט פון הלכה איז אז אזוי ווי יעדע איינער איז באפוילן זיך צו האלטן צו די געזעצן פון דער תורה, אזוי אויך איז די אידישע געזעלשאפט בכלליות באפוילן צו באזירן איר ציבור'ישן לעבנסשטייגער אויף די יסודות פון תורה און די געזעצן פון דער תורה. לויט דעם דארף די אידישע מדינה אננעמען די תורה ווי א באזיס פאר'ן געזעץ פון דער מדינה, סיי וואס שייך דער עצם כאראקטער פון הלכה און סיי וואס שייך די געריכטן וואס די מדינה איז מחיוב איינצושטעלן. די היינטיגע סיטואציע אין דער מדינה דערפילט נישטן אינגאנצן די דאזיגע יסודות'דיגע השקפה פון דער הלכה צוליב דעם וואס די אויטאריטעטישע אינסטיטוציעס פון דער מדינה האבן אויסדערוועלט נישט אנצונעמען די הלכה ווי דאס געזעץ פון דער מדינה, נאר אין א באגרעניצטן פארעם (דיני אישות), און די געריכטן פון דער מדינה פונקציאנירן לויט א לעגאלער סיסטעם וואס לויט די הלכה איז דאס מיינסטנס א פרעמד געזעץ.
ווען ס'איז דא א קאנפליקט צווישן די צוויי געזעץ־סיסטעמען, שטייט דער פרומער אידישער בירגער דעריבער פאר א שווערער פראבלעם. פון איין זייט האלט ער זיך געטריי צו די געזעצן פון דער תורה, אבער פון דער אנדערער זייט האלט ער זיך געטריי צו די געזעצן פון דער מדינה. דער קאָנפליקט גליטשט זיך אריין אין פראבלעמען וועלכע זענען מחוץ געזעץ און האט ארויסגעברענגט פארשידענע סעקטארן אין מדינת ישראל, וואָס יעדער פון זיי האט אן אנדער שטעלונג אין פארשידענע פראבלעמען, און צווישן זיי אט די פראבלעם.
די שטעלונג פון הלכה צום געזעץ פון מדינת ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הלכה פארלאנגט אז א איד זאל אנקלאגן זיין חבר נאר אין א בית דין וועלכער איז געבונדן צו די געזעצן פון דער תורה. עס איז דא א הלכה'דיגער פארבאט צו צו גיין צו א געריכט פון דער מדינה, ענלעך צום פארבאט צו גיין צו א גוי'אישן געריכט, און דאס אפילו דער פסק וועט זיין דער זעלבער. פונדעסטוועגן, קען א בית דין ערלויבן איינעם אריינצוגעבן אן אנקלאגע אין געריכט און איינמאנען געלט וואס דער בית דין האט געפונען אז דער אנקלאגער איז בארעכטיגט באקומען לויט דער הלכה, אין פאל וואס דער אנגעקלאגטער האלט זיך נישט ביים שטעלן צום בית דין. בנוגע דעם קרימינאלן געזעץ, אנערקענען די פוסקים אין אלגעמיין אין דער אויטאריטעט פון דער מדינה, מערסטנס אנערקענען זיי אין איר אויטאריטעט צו פסק'ענען קרימינאלע געזעצן אויך וועגן "משפט המלך" (דינא דמלכותא דינא).
אפילו ציווילע לאגיסלאציע, אַזוי לאַנג ווי עס איז נישט אין קאָנפליקט מיט דער הלכה, באקומט אפט א הלכה'דיגן תוקף וויבאלד דאס איז ווי א "מנהג המדינה" און מ'נעמט אן אז די איינוואוינער נעמען אויף זיך צו האנדלען צווישן זיך לויט די געזעצן. אין קאנטעקסט פון א באזונדערער אידישער קהילה איז אין הלכה אויך אנערקענט דער באגריף פון "תקנת הקהל" – תקנות פון די רעפרעזענטאטן פונעם ציבור וועלכע האבן, לויט דער הלכה, א התחייבות'דיגן תוקף, געבונדן צו ספעציפישע צוימונגען.
איבער די דאזיגע פּרינציפּן האָט דער שופט מנחם אלון געזאָגט:
ביסוס זה על יסוד משפט המלך ועקרון 'תקנות הקהל', הוא ללא ספק – מבחינת עולמה של ההלכה – הדרך הקלאסית כדי להביא אי פעם בעתיד לאיחוד ושילוב בין המשפט הישראלי והמשפט העברי ההיסטורי | ||
דרויסנדיגע לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפֿערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבזייטלעך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- משרד המשפטים - משפט עברי, דאס וועבזייטל פון דער אפטיילונג פאר משפט עברי אינעם יוסטיץ־מיניסטעריום אין מדינת־ישראל. אין דעם וועבזייטל איז פארהאן א ריזיגע קאלעקציע פון פסקים פון ריכטער פון די געריכטן אין מדינת־ישראל וואו זיי האבן גע'פסק'ענט אדער זיך באצויגן צו דער הלכה (משפט עברי). און ווי אויך מיינונגען איבער פארשידענע פאלן אין די געריכטן אין מדינת־ישראל ווי דער פסק דארף זיין לויט דער הלכה.
- המכון לחקר המשפט העברי
- המרכז ליישומי משפט עברי
- אתר מורשת המשפט בישראל The Jewish Legal Heritage Society
- משפט עברי אינעם וועבזייטל "דעת"
- די אידישע ענציקלאפעדיע אין "דעת" וועבזייטל, איינסן איבער דער נושא פון משפט עברי
- יסודות – המרכז לליבון ענייני תורה ומדינה
- Jewish Law (ארכיווירט 16.12.2008 ביי דער Wayback Machine)
- משפט עברי – פרקי מבוא ד"ר מיכאל בריסדי
- אינטערוויו מיט מיכאל ויגודה, דער ראש פון דער מחלקה למשפט עברי אינעם יוסטיץ־מיניסטערים פון מדינת ישראל
- ארטיקלען וועגן משפט עברי אינעם וועבזייטל פון מכון הישראלי לדמוקרטיה
- מאמרים, ספרים ואירועים בנושא הסדרת סוגיות דת ומדינה אינעם אויבנדערמאנטן וועבזייטל
היסטאריע פונעם געזעץ אין מדינת־ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דבר המלך במועצה על ארץ־ישראל, 1922 אין "וויקיטעקסט"
- דער מכתב הסטאטוסקווא אינעם וועבזייטל דעת, אינעם וועבזייטל וויקיטעקסט
- פקודת סדרי השלטון והמשפט, תש״ח אין וויקיטעקסט
- הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג, קריאה למשפט התורה בישראל
- חוק יסודות המשפט, התש"ם אין וויקיטעקסט
- חוק לביטול המג׳לה, התשמ״ד אין וויקיטעקסט
- הצעות פאר קאנסטיטוציעס פון במשך די יארן
- די ערשטע ווערסיע פונעם חוק הלאום (ארכיווירט 30.07.2021 ביי דער Wayback Machine) מיט א סעיף וועגן משפט עברי (סעיף 13), אינעם וועבזייטל פונעם יוסטיץ־מיניסטעריום פון מדינת ישראל
געזעצן און פסקים געבויט אויף משפט עברי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- חוק השליחות, תשכ״ה אין וויקיטעקסט (זע סעיף 2)
- חוק איסור לשון הרע, תשכ״ה אין וויקיטעקסט
- חוק השומרים, תשכ״ז אין וויקיטעקסט
- חוק עשיית עושר ולא במשפט, תשל״ט אין וויקיטעקסט
- חוק לא תעמוד על דם רעך, התשנ״ח אין וויקיטעקסט
- חוק החולה הנוטה למות, התשס״ו אין וויקיטעקסט
- אן אינטערסאנטע דוגמא פון א פסק פון א שופט לויט משפט עברי (ארכיווירט 04.01.2019 ביי דער Wayback Machine), זעט דעם פולן פסק דא (ארכיווירט 09.07.2021 ביי דער Wayback Machine), זייט 19 און ווייטער
ספרים און ארטיקלען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרב אליעזר יהודה וואלדנבערג, הלכות מדינה, חלק א, חלק ב, חלק ג, אויך אין זיינע שאלות־ותשובות ספרים, ציץ אליעזר, זענען פארהאן פיל תשובות אין וועלכע ער באציט זיך צו דער נושא.
- הרב יעקב משולם גינצבורג, ספר משפטים לישראל – החוק הפלילי ודיני העונשין בזמן הזה לפי משפט התורה התלמוד והמפרשים, חלק א, חלק ב
- הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג, תחוקה לישראל על פי התורה
- הרב שמואל טוביה שטערן, ספר חוקת עולם – ביאורים הוספות ופירושים לתחוקת מדינת־ישראל מוצעת עפ"י התורה וחז"ל, חלק א, חלק ב, מהודרא תנינא תשס"ה
- הרב שמואל טוביה שטערן, השתתפות נשים בחיי הציבור והחברה (ארכיווירט 01.11.2021 ביי דער Wayback Machine)
- הרב ראובן מרגליות, טל תחיה – חקרי הלכה על בתי המשפט בארץ ישראל, רופאים ורפואות, ומשפטי גר תושב
- הרב ראובן מרגליות, קוי אור – חקרי הלכה במשפטי הישוב המדיני בארץ ישראל
- חיים הירשענזאן, מלכי בקודש, חלק א, חלק ב, חלק ג-ד, חלק ה-ו,
- הרב שאול ישראלי, עמוד הימיני
- הרב שאול ישראלי, מדינה וחברה ישראלית
- התורה והמדינה, קובץ א, קובץ ב, קובץ ג?, קובץ ד, קובץ ה-ו, קובץ ז-ח,
- הרב חיים דוד הלוי, דת ומדינה
- הרב אברהם וויינפעלד, בענין הפרדת הדת מן המדינה באה"ק
- הרב אלתר דוד רגנשברג, משפט הצבא בישראל
- הרב נפתלי צבי יהודה בר-אילן, משטר ומדינה בישראל על פי התורה, חלק א, חלק ב, חלק ג, חלק ד
- ספרי משה זילברג בענין המשפט העברי
- ידידיה צבי שטרן, מדינה, משפט והלכה, חלק א חלק ב חלק ג חלק ד