לדלג לתוכן

משה נתן נטע לעמבערגער

פֿון װיקיפּעדיע

הרב משה נתן נטע לעמבערגער (ה'תרס"טכ' חשוון תשמ"ג) איז געווען דער רב פון מאקאווא, און דערנאך אין כפר־אתא (היינט קרית אתא) פון תשי"ג, מייסד פון חסידות מאקאווא אין ארץ ישראל, ראש ישיבה, און מחבר ספרי "עטרת משה".

ער איז געווען א זון פון הרב מנחם מענדל לעמבערגער, אב"ד פאלגאר, אונגארן (א זון פון הרב יהודה לייב לעמבערגער, אב"ד ראזנאווע, היינט אין סלאוואקיי) און מרים יוטא יונגרייז, טאכטער פון רבי משה נתן יונגרייז (זון פון הרב אשר אנשיל יונגרייז, טשענגער רב).

ער האט געהייראט די טאכטער רבי אפרים ראזענפעלד אב"ד סענדרא, איידעם פון רבי משה פארהאנד רב פון מאקאווא און בעל "אהל משה".

זיינע קינדער זענען:

  • רבי שמעון, זיין ממלא מקום און מאקאווער רבי
  • רבי אפרים (נפ' תשנ"ז) רב פון קהל מאקאווא אין בארא פארק
  • רבי אברהם יחיאל (נפטר תשנ"ה) רב אין בני ברק
  • רבי מנחם מענדל (תש"ז-תשע"א) אין ירושלים
  • רבי אשר אנשיל אין נתניה און אלעד
  • רביצין רחל פאנעט (נפ' ז' טבת תשע"ו)