משה יצחק ווערטהיימער
משה יצחק ווערטהיימער איז דער געווען פאר נאנט צו 10 יאר דער רעדאקטאר פונעם מאנאטלעכן זשורנאל דער בליק.
משה יצחק איז א זון פון מענדל ווערטהיימער. ער איז געווען הויז בחור פון סאטמארער רבין בעל ברך משה ער איז געוועזן דארטן פונקט אין די תקופה ווען עס האט אויסגעבראכן די טיילונג אינערהאלב די חסידים וויאזוי מען האט זיי דעמאלטס גערופן.
נאך זיין חתונה אין אדר תש"ס האט ער אפגעקויפט בשותפות מיט משה גבאי דעם אויסגאבע דער בליק וואס עס האט ביז דעמאלטס געהאט הרב עזרא פריעדלאנדער, עסקן און וועטעראן שתדלן וואס איז אנגעקומען זייער הויך אין די פאליטישע וועלט צוליב זיין טאלאנט פון איבערנעמען א מענטשן מיט זיין שפראך, ער איז א זון פון ליסקא'ער רבי'ן וועלכער איז דער בעל מכשיר אין דעם מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק.
און אזוי ווי ער האט נישט געהאט די פינאנצן אנצוגיין דערמיט האט ער פארקויפט דעם נאמען פאר די שותפים משה גבאי און משה יצחק ווערטהיימער.
אין יענער צייט האבן זיי אפגעקויפט אויך דעם פאפולערן אויסגאבע יפה בעתו וואס עס פלעגט ארויסגעבן דער באגאבטער שרייבער און היסטאריקער הרב יוסף פרץ ביללער און אזוי האבן זיי אריינבאקומען פון צוויי זייטן א גרויסן ציבור ליינער.
אבער דער הויכפונקט פון די אויסגאבע איז געווען דאס אריינלייגן בילדער פון אקטועלע געשעהנישן פון דעם מאנאנט, און אזוי אויך אן באזונדערע אפטיילונגען פון בילדער פון צדיקים וואס אין דעם חודש געפאלט אויס זייער יארצייט.
שפעטער האט ער זיך אפגעטיילט פון "יפה בעתו" און ער האט אליינס געפנט א קינדער בליק ביילאגע, און נאך שפעטער האט ער צוגלייגט נאך צוויי ביילאגעס, 'דער חסידישער בליק' און, 'די פאמיליע בליק'.
אין יאר תש"ע האט ער דאס פארקויפט פאר ???
היינט צו טאג'ס קומט דאס נאך אלס ארויס א פאפולערע חרדישע אויסגאבע וואס שטעלט צו פול מיט תוכן'דיגע לייען מטריאל פארן חרדישן ציבור