משה טווערסקי
געבורט | 1788 |
---|---|
טויט | 5 יאנואר 1866 (אלט 78 בערך) |
פאך | רב |
רבי משה טווערסקי זצ"ל (ה'תקמ"ט - י"ח טבת ה'תרכ"ו), מגיד פון קאריסטשאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ט, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער פון הרב אהרן (הגדול) פון קארלין.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי משה נישט געוואלט פירן קיין רעביסטעווע, האלטענדיג אז ער איז נישט פאסענט (ראוי) דערצו, הערשט עטליכע יאר שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין קאריסטשאוו אנגעהויבן פראווען.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תרכ"ו, און ער ליגט אין קאריסטשאוו.
זיין פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה האט געהייראט בזיווג ראשון [1] מרת חנה א טאכטער פון הרב יעקב יוסף פון אוסטראה (דער צווייטער), א זון פון הרב פנחס פון אוסטראה, א זון פון הרב יעקב יוסף פון אוסטראה (דער ערשטער), דער רב ייבי. זיינע קינדער:
- הרב מרדכי טווערסקי (ה'תר"ב - א' ר"ח אדר ה'תרע"ו), פון קאריסטשאוו. ער האט געהייראט מרת גיטל לאה, א טאכטער פון הרב אברהם טווערסקי פון טוריסק.
- הרב נחום יוסף טווערסקי ער האט געהייראט מרת יוכבד, א טאכטער פון הרב ישעיה משולם זושא טווערסקי ( - כ"ח תמוז ה'תרמ"א), מגיד פון טשערנאביל, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל.
- הרב דוד יעקב טווערסקי, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב ישראל טווערסקי פון סקווירא, א זון פון הרב יצחק טווערסקי פון סקווירא.
- הרב משה טווערסקי, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב אפרים מרגליות פון טוריסק, אן איידעם פון הרב אברהם טווערסקי פון טוריסק
- הרב יצחק טווערסקי, אן איידעם פון הרב משה שפירא פון סלאוויטא.
- מרת שרה הינדא, די ווייב פון הרב יעקב טווערסקי א אייניקל הרב יצחק טווערסקי פון סקווירא.
- מרת חנה, די ווייב פון הרב משה אריה לייב טווערסקי ( - כ' תמוז ה'תרצ"ז), פון חעלים, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון בריסק
- מרת שרה חיה,
- מרת רייזל, די ווייב פון הרב ברוך אשר טווערסקי ( - כ"ב סיון ה'תרס"ה), פון טשערנאביל, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל.
בזיווג שני האט רבי משה געהייראט א טאכטער פון הרב צבי אריה לנדא ( - י"א תשרי ה'תקע"ב), פון אליק.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי
- ↑ ספר היחס מטשרנוביל, לויט מאורי אור איז דער סדר פון די זיווגים פארקערט