משה בטלן
משה שלמה ווייס (נפטר כ"א טבת, תשל"ב), באקאנט מיט זיין צונאמען משה בטלן, איז א באקאנטער געהויבענער געשטאלט געווען אין עטליכע גרויסע חסידישע הויפן, אין די יארן נאכן חורבן אייראפע, וואס האט צוריקגעברענגט דאס כאניאקישקייט פונעם אמאליגער וויגעלע פון חסידות, אריין אינעם נייעם דור יראים ושלמים.
אין זיינע אינגע יארן וואוינענדיג אין פוילן איז ער געווען אן אלעקסאנדער חסיד, ווי ער האט נאך זוכה געוועהן זיך צו מסתופף זיין ביים הייליגן ישמח ישראל, פון וועם ער האט אסאך נאכגעזאגט און דערציילט.
שפעטער ווען ער איז אנטלאפן פון פוילן קיין רוסלאנד כדי זיך ארויסצודרייען פון גענומען ווערן צו די פוילישע מיליטער, האט ער זיך געדרייעט אין עטליכע רוסישע הויפן; אין שטעפאנעשט, סלאנים, בעלזא, סקווירא. נאכן קריג האט ער געוואוינט אין שיכון סקווירא ווי ער איז געוועהן פון די גאר חשובע פני העדה.
ער איז געווען א נאנטער חבר מיט'ן סקולענער רבי'ן און דער ריבניצער רבי'ן
ער איז נפטר געווארן כ"א טבת שנת תשל"ב, און ליגט אין שיכון סקווירא, אין דער חלקת הרבנים.