לדלג לתוכן

מרדכי יעקב ברייש

פֿון װיקיפּעדיע
מרדכי יעקב ברייש
קיין פריי בילד
געבורט 6 מאי 1895 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1976 (אלט 80 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה שווייץ, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב מרדכי יעקב ברייש (תרנ"ו, 1896י"ד כסלו תשל"ז, 1976) איז געווען רב און אב"ד פון דער חסידישער קהילה אין ציריךשווייץ, מער ווי פערציג יאר, א באוואוסטער פוסק, און מחבר פונעם שו"ת ספר "חלקת יעקב".

ער איז געבוירן געווארן אין סקאל, גאליציע (היינט אוקראינע), א זון פון הרב חיים ברייש, א בעלזער חסיד. ער האט באקומען היתר הוראה פון הרב אברהם יעקב הלוי הורוויץ פון פראוואזנע, מחבר פון די שו"ת צור יעקב.

אין זיינע 20ער יארן איז ער געווען רב און א מורה הוראה אין אלעסק, גאליציע (היינט אוקראינע). אין  תרפ"ט (1929) האט מען אים באשטימט רב  פון דיסבורגדייטשלאנד. אין תרצ"ג (1933), אין דער תקופה פון זיין רבנות אין דייטשלאנד, ווען ער האט געזען אז דאס ענין פונעם עירוב איז נאכגעלאזן, האט ער פארפאסט זיין ספר "תיקון יעקב" אויף הלכות עירובין. אויך האט ער מחבר געווען דעמאלסט זיין ספר "חזיוני יעקב", וואס שליסט איין  דרשות פאר ימים טובים און פאר די געשעענישן פון יענער תקופה.

ער איז נפטר געווארן אין שווייץ י"ד כסלו תשל"ז, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחותירושלים, נאענט צו די קברים פונעם בעלזער רב און דעם טשעבינער רב. זיין ממלא מקום אין דער ציריכער רבנות איז זיין זון הרב שאול ברייש. על שמו כולל האברכים "חלקת יעקב" ("ברייש") בבני ברק, שבהנהלת בנו משה דן.

  • הרב שאול - ממלא מקומו אין דער חסידישער קהילה "אגודת אחים" אין ציריך, מחבר שו"ת שאילת שאול. שוואגער פון הרב מאיר סאלאווייטשיק (ביידע זענען איידעמעס פונעם חרדישן אינדוסטריאליסט יחיאל בענעדיקט פון בני ברק).
  • משה דן – וואוינט אין תל אביב, מנהל פון כולל "חלקת יעקב" אין בני ברק, אויף זיין פאטער׳ס נאמען.
  • שמעון – ביזנעסמאן, וואוינט אין דער שווייץ. זיין זוהן איז הרב חיים ברייש, פון די ראשי "ישיבת אורייתא" אין לאנדאן. צוויי איידעמעס פון שמעון ברייש זענען אייניקלעך פונעם בריסקער רב - הרב אברהם יהושע סאלאווייטשיק און הרב חיים פיינשטיין. נאך אן איידעם איז הרב משה בראזאווסקי, ראש ישיבת ״בית אברהם״ און א זון פון דעם סלאנימער רבי׳ן, און נאך אן איידעם איז שמואל (שמילי) בערגער, עשיר מלונדון, אייניקל פון געציל בערגער.
  • די ווייב פון אלחנן הערץ
  • די ווייב פון שלמה זלמן שווייד
  • די ווייב פון בעריש ווייס (זון פון הרב יצחק יעקב ווייס)