מרדכי הערש הערשקאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קיין פריי בילד

מרדכי הערש הערשקאוויטש איז א חרדי'שער אקטיאר און קאמיקער, וועלכער וואוינט אין וויליאמסבורג, ניו יארק. הערשקאוויטש איז באקאנט פון שפילן די קאמישע אקט ביי רוב חרדי'שע שפילן און סקיציעס. הערשקאוויטש שפילט אויך אויף קורצע פילמען פאר חרדי'שע ארגאנעזאציעס, ווי חסד דוויליאמסבורג, הצלה וויליאמסבורג, הצלה קרית יואל, משמחי לב און נאך.

הערשקאוויטש ווערט אויך גענוצט אין קורצע פילמען וועלכע אנאנסירן חרדי'שע פירמעס, געשעפטן און פראדוקטן. אום תשע"ב איז הערשקאוויטש פאטאגרעפירט געווארן אלס מאדעל פאר די חרדי'שע מענער קליידונג געשעפט דזשי & דזשי (G&G) און א סעריע פון געדרוקטע אנאנסן פראדוצירט דורך ר' שמואל שפיצטער. אין יעדען אנאנס איז הערשקאוויטש געווען געקליידעט מיט די טראגע פון פארשידענע חסידות, און האט נאכגעפאלגט מיט א דאפעלטזייטיגע אנאנס בעפאר פסח און בעפאר שבועות ווי אלע מאדעלן פון הערשקאווישט האבן זיך צוזאם געטראפן אויף איין אנאנס.

אין עטליכע היימישע קאסעטן ווי מ'וויל האבן א געזונטען קאמיקער וואס זאל אונטערהאלטן די צוהערער ווערט הערשקאוויטש אויך גענוצט, וואס מיט זיין אייגענארטיגע שפראך און צוגאנג מאכט זיכער ארויסצוציען א שמייכעל פון יעדן.

אקטיאר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שפילן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פילמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • 3 Wanna Bees - הצלה ד'וויליאמסבורג (תשס"ד)
  • הצלה קרית יואל (תשס"ה)
  • שלי'מזל (תשס"ז)
  • חסד תשס"ט
  • חסד תש"ע
  • חסד תשע"א
  • נשמה פלאם די. ווי. די. (תש"ע)
  • RCCS (תשע"ב)
  • הצלה - 2012 (תשע"ב)

רעקארדירונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • א בליק אויף חנוכה (תש"ע)