לדלג לתוכן

אונטערן אויווען

פֿון װיקיפּעדיע

אונטערן אויוון איז די פינפטע שפיל אין דער סעריע פון די 'אונטערן' שפילן פראדוצירט דורך נייהויז פראדוקציעס. די שפיל איז פארגעקומען אום חול המועד פסח תשע"ב. אין א פילם אויף א די. ווי. די. פארמאט איז ארויסגעקומען א קורצע צייט נאך די שפיל.

די אונטערן אויווען געשיכטע ווערט אפגעשפילט אין די צייטן פון גירוש שפאניע בשנת רס"ב (1502), ווען אלע אידן וועלכע האבן געוואוינט אין שפאניע האבן זיך געקענט אויסוועלן זיך צו שמד'ן צו קריסטענטום אדער צו פארלאזן דאס לאנד מיט זייערע גאנצע פארמעגן הינטער זיך. ווער עס איז פארבליבן אין לאנד און איז געבליבן געטריי צו אידישקייט (גערופן אנוסים) איז גענומען געווארן צו די שוידערליכע אינקוויזיציע קעלערן, וואו די אידן זענען געפייניגט געווארן מודה צו זיין אין זייער שולד פון האלטן אידישקייט אויף דעם שפאנישן באדן, און דאן געאורטיילט געווארן צום פארברענען לעבעדיגערהייט אויף די שייטער הויפן גערופן "אויטא דא פע".

די שפיל הייבט זיך אהן אין האלאנד וואו עס איז דאן געווען א מקום מקלט פאר די אנטלאפענע אידן פון שפאניע. און דאס האלאנדישע קעניגרייך האט נישט ערלויבט פאר דער אינקוויזיציע אריינצודרינגען אין זייער לאנד. דערנאך גייט די שפיל איבער קיין שפאניע, און צום סוף צוריק קיין האלאנד.

די שפיל איז איינגעטיילט אין 11 א האלב סצענעס (5 סצענעס זענען געשפילט אין האלאנד און 6 אין שפאניע). און איז בערך 4 שטונדן לאנג.

סצענע 1 - ביי ר' פתחי' אין שטוב - האלאנד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' פתחי' (פיני פריד) ווערט איבער געפאלן דורך צוויי פארשוינען ביים אהיים קומען פון זיינע געשעפטן. די פארשוינען וועלכע האבן אים פרובירט צו פארכאפן אנטלויפן ווען עמנועל (ארי אבראמאוויטש) קומט אן אין שטוב אבער נישט איידער זיי באווייזן צוצינעמען זיין זעקל מיט געלט. דער רב פון שטאט (קאפי עלבויגן) קומט מבקר חולה זיין ר' פתחי', און בארגט אים אויס 600 גולדן צו קענען רופן דעם דאקטאר.

ניגון פון דער סצענע: בעת דער רב קלאגט אויף פתחי' שווערע מצב, ווערט אין הונטערגרינט צוגעשפילט די סקולען מעלאדיע אויף די ווערטער "יוודע בגוים לעינינו".

סצענע 2 - ביים גלח אין שטוב - האלאנד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צוויי פארשוינען פאבלאו (מרדכי הערש הערשקאוויטש) און ערמאנדאו (אבא ווינקלער) וועלכע האבן פרובירט צו פארכאפן פתחי' ווערן קריטיקירט דורך דעם שפאנישן גלח ראמידיוס ביי וועמען זיי ארבעטן, פארן דורכפאלן מיט די פארכאפונג. דער מעיאר פון שטאט (יואל הערש פוקס) קומט אויף א באזוך צום גלח אין שטוב, פארשלאגענדיג אז דער גלח זאל באצאלן פאר פתחי' די 600 גולדן דאקטאר שפעזן, און אויך אריינעמען פתחי'ס זון זכרי' (חיים צבי מאשקאוויטש) צו ארבעטן ביי אים אין שטוב, כדי צו בארואיגן די געמיטער וועלכע האבן געברויזט קעגן דעם גלח צוליב די פארכאפונג.

קווענקלענדיג האט דער גלח צוגעשטימט, און אפגעשיקט דאס זעקל מיט געלט און אריינגענומען זכרי' זאל בינדען די רעליגיעזע ביכער ביי אים אין שטוב. גלייכצייטיג האט ער באפוילן זיינע משרתים פאבלאו און ערמאנדאו ארויסצורויבן דעם חלף (שוחט מעסער) פון דעם רב'ס הויז. זכרי' ווערט באפריינדעט מיט קאליסטאו (לייבי וועבער) א אינג קינד וואס האט אויך געארבעט ביים גלח, אין זאגט אים אז זייער גלויבן דיפערענס טוט אים נישט אפהאלטן פון ווערן נאנטע חברים.

ביי מיטאג ווען זכרי' איז אהיים צו עסן כשר'ס, העצט דער גלח אונטער דעם קליינעם קאליסטא אז זאקארי (זכרי') וויל אים מארדן, צו קענען נוצן זיין קריסטליך בלוט אין די מצות. צולייגענדיג אז ער האט באווייז אין קעלער אז די אידן נוצן בלוט אין זייערע מצות. דער גלח זאגט אן זיינע משרתים אז אויב זיי זעען ווי זאקארי פרובירט צו שעדיגן קאליסטאו, זאלן זיי לויפן פארציילן פאר די פאליציי און מעיאר.

ווען זכרי' קומט צוריק וויל קאליסטאו נישט רעדן מיט אים, זאקארי קלערט אים אויף אז דאס וואס דער גלח זאגט איז א פאלשער בלוט בלבול, ווייל אידן טארן בכלל נישט עסן קיין בלוט. זיי באשליסן אראפצוגיין אין קעלער זוכן די גלח'ס באווייז. פאבלאו און ערמאנדאו זענען זיכער אז זאקארי פרובירט צו שעדיגן קאליסטאו און לויפן ארויס רופן די פאליציי.

סצענע 3 - אין וויין קעלער - האלאנד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זאקארי און קאליסטאו זוכן ארום אין קעלער אבער קענען גארנישט געפינען. דער גלח שפרינגט פלוצלינג ארויס אויף זיי מיט דעם רב'ס חלף און סטראשעט צו מארדן קאליסטאו מיט דעם מעסער, און ארויפווארפן די שולד אויף זאקארי און דעם רב. זאקארי פרובירט אן ערפאלג צו קעמפען מיטן גלח און ארויסראטעווען קאליסטאו. דער גלח גיבט אים אן אויסוואהל, אדער ווערט קאליסטאו גע'הרג'ט און מען טרייבט ארויס אלע אידן פון האלאנד, אדער גיבט זאקארי ארויס די געהיימע פלאץ ווי זיין זיידעס אוצר איז באהאלטן. דערביי אנטדעקט ער פאר זאקארי אז זיין זיידע - פתחי'ס פאטער - עמנואל איז געווען פון די רייכסטע אידן אין שפאניע, און ביים גירוש האט ער איבערגעלאזט אין שפאניע זיין ריזיגען פארמעגן, וואס אסאך האבן שוין פרובירט צו זוכן אבער נישט געפינען.

דער גלח וויל אנעמען דעם ערשטן אויסוואל וויבאלד זאקארי לייקענט אז ער ווייסט נישט פון די פארמעגן, פונקט דאן ווערט אן אנלויפעניש מיטן אנקום פון דער מעיאר און פאליציי. דער גלח ווערט פארשיקט פון האלאנד, און דער מעיאר וואס האט זיך דערוויסט פון דעם אוצר סטראשעט דעם רב אז ער גייט אנקלאגן זכרי' פארן פרובירן צו מארדן קאליסטאו, בלויז אויב דער רב נעמט זיך אונטער צו שיקן זכרי' קיין שפאניע צו טרעפן די אוצר וועט ער אנולירן דעם געריכט. אן קיין צווייטע אויסוואל האט דער רב צוגעשטימט מיט צושיקן זכרי' מיטן מעיאר קיין שפאניע.

סצענע 4 - ביים וואסער פארט - האלאנד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביים פארט ווארטן פתחי' און דער רב זיך צו געזעגענען פון זכרי' איידער ער לאזט זיך ארויס אויף די ריזיקאלישע רייזע . דער רב און עמנואל שלאגן פאר אז ענדערש זאל עמנואל פארן, זייענדיג עלטער פון זיין ברודער זכרי'. אן קיין צווייטע אויסוואל האט פתחי' צוגעשטימט, נישט איידער ער האט באקומען א פארזיכערונג פון מעיאר אז ער וועט זיך זארגן און אהיים ברענגן עמנואל. טאטע און זון געזעגענען זיך, באפארן אפרייזן זאגט פתחי' פאר עמנואל די מאמר חז"ל וואס זיין זיידע עמנואל פלעגט שטענדיג זאגן, "אל תסתכל בקנקן אלא מה שיש בתוכה". עמנואל רייזט אפ מיטן מעיאר קיין שפאניע.

סצענע 5 - אין מארק - שפאניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנקומענדיג אין שפאניע ווערט דער מעיאר אפגעווארט דורך דעם גאווערנאר פון בארצעלאנע (אשר יהודא קליין), וועלכע האט ערלעדיגט ביי זיין זון (חיים אביגדור דייטש) אז דער מעיאר פון האלאנד זאל נישט דארפן דורכגיין קיין גרעניץ אויספארשונג ביים אריינקומען אין לאנד. אבער נישט האבענדיג די יוריסדיקציע האט ער די אינקוויזיציע אויספארשונג נישט געקענט אויסמיידן. עמנואל ווערט דערשראקן זעענדיג ווי די אינקוויזיציע פאליציי (יענקי לאנדא און אהרן בלוזענשטיין) שפיאנירן נאך זייער פוסטריט. ווען דער מעיאר מיינט אז עס אים געלונגען זיך ארויסצודרייען פון זיי, ווערט ער אפגעשטעלט און ארעסטירט אינאיינעם מיט עמנואל.

סצענע 6 - אין אינקוויזיצע קעלער - שפאניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווארטענדיג אויף זייער אויספארשונג אין אינקוויזיציע קעלער פרובירט דער מעיאר זיך צו בארואיגן אז מיט אים וועט קיין שלעכט נישט פאסירען, און ווארנט עמנואל אז ער זאל אין קיין פאל נישט מודה זיין אין זיין אידישע אפשטאם. צולייגענדיג, אז אויך אויב ווערט מען יא געוואויר אז עמנואל איז א איד, טאר ער נישט פארציילן אז די אורזאך פון זייער באזוך איז צוליב דעם אוצר, סטראשענענדיג אז אויב וועט ער פארציילן וועט ער נקמה נעמען אין זיין פאמיליע און אזוי אויך אין אלע אידן פון האלאנד. זיי האבן טאקע אנהייב פרובירט צו לייקענען, אבער דער אויספארשער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט קיין צווייטער ווי דער גלח ראמידיוס דע קורטעס, וואס האט זיי ביידע נאך געקענט בעפאר מ'האט אים פארשיקט פון האלאנד.

נישט אויסהאלטענדיג די ברוטאלע פייניגונג פון די אינקוויזיציע אויספארשער, ספעציעל נאך וואס מ'האט אפגעברענט זיין האנט האט עמנואל זיך געבראכן און אויסגעזאגט אז דער אורזאך פון זייער באזוך אין שפאניע איז צוליב דעם אוצר פון זיין זיידן. ראמידיוס גיבט אן אנבאט זיי זאלן קענען אהיים גיין פריי, אויב במשך דריי טעג טרעפן זיי דעם אוצר און צו טיילן זיך דערמיט מיט אים. זיי נעמען אן דעם פארשלאג.

סצענע 7 - צוריק אין מארק - שפאניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בשעת דער מעיאר האט פארקריוועט זיינע טריט כדי די אינקוויזיציע פאליציי זאלן אראפנעמען זייערע אויגן פון עמנואל, האט עמנואל איינגעקויפט פאלשע דיימאנטן און געלט פון א סוחר אין מארק. אז אויב עס וועט זיי נישט געלונגען צו טרעפן דעם אוצר ביי די ענדע פון די דריי טעג, וועלן זיי גיבן די פאלשע פאר ראמידיוס, און ביז ער וועט זיך כאפן וועט זיי שוין קענען זיין גענוג ווייט אוועק פון שפאניע.

דער גאווערנאר איז אויך אויפן מארק און קויפט איין ארטיקלן וועלכע רופן ארויס אן אינטערעסע ביי עמנואל.

סצענע 8 - ביים גאווענער - שפאניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עמנואל קומט צום גאווערנאר אין שטוב אויף א באזוך, און דעקט אויף פארן גאווערנאר אז ער ווייסט אז דער גאווערנאר איז א איד וויבאלד ער האט איינגעקויפט מרור, קארטאפעל און כריין פאר יו"ט פסח. ווען עמנואל פארציילט אז די אינקוויזיציע האט אים ארעסטירט צוליב אן אוצר פון א שפאנישער איד עמנואל באגאטי, ווערט ער געוואר אז דער גאווערנאר איז זיין פעטער, זיין טאטעס' פארלוירענע ברודער עזרא באגאטי וועלכע איז געבליבן אין שפאניע.

דער גאווערנאר בארואיגט עמנואל אז אויב ער וועט זען אז די אינקוויזיציע וויל אים פריש ארעסטירן, וועט ער שיקן זיינע פאליציי זיי אויסכאפן. ווייל די רעגירונג האט אויך די יוריסדיקציע צו משפט'ן א איד, אבער זענען נישט אזוי ברוטאל ווי די אינקוויזיציע לייט און זייער שטראף איז נישט פארברענען אויפן שייטער הויפן.

סצענע 9 - אינעם אלטן פאלאץ - שפאניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די דריי טאג איז פאראיבער אן קיין געפינסען אינעם אלטן פאלאץ, עמנואל האט באהאלטן דעם פאלשן אוצר און ווען ראמידיוס איז אנגעקומען האט ער געשפילט ווי ער האט דאס יעצט געפינען. ראמידיוס האט אויסגעפינען אז דאס איז פאלשע מאטריאל, זעענדיג ווי דער האלאנדישער מעיאר פארלאנגט נישט זיין טייל אינעם אוצר, און וויל זיך נאר זען אינדרויסן. פרובירענדיג נאך איין מאל צו זוכן, ווארפט עמנואל איין דעם אלטן אויווען אין פלאץ ווי עס ווערט אנטדעקט דער אוצר, אינאיינעם מיט א קאסטן וואו עס איז געלוגען די אלטע ירושה ספר תורה פון זיין זיידן.

ראמידיוס מיט דער מעיאר צוטיילן זיך מיטן אוצר, אבער ראמידיוס איז נישט גרייט צו לאזן עמנואל אהיים גיין, ווייל ער וויל באקומען די כבוד צו ברענגן א איד צום שייטער הויפן צו פארברענען. בעפאר דער מעיאר גייט בעט אים עמנואל אז ער זאל כאטש מיטנעמען דעם ספר תורה און עס געבן פאר זיין פאטער אין האלאנד.

אין די לעצטע מינוט קומען אן די רעגירונג פאליציי און כאפן אויס ראמידיוס, צייגענדיג אז זיי האבן שוין אן ארעסט באפעל אויף עמנואל פון א טאג בעפאר דעריבער מוז ער גיין מיט זיי. ראמידיוס קריצענדיג מיט די ציין קען גארנישט טון, אבער ער שווערט אז ער וועט אים נאך צוריק האבן.

סצענע 10 - ביים מעיאר - האלאנד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א גרויסע פארטי ווערט אנגעגרייט דורכן מעיאר פאר אלע וויכטיגע לייט פון שטאט לכבוד זיין אומקער פון שפאניע. דער האלענדער קייזער (משה אליעזר פרענקל) קומט אהן פריער ווי געראכטן און באקומט פונעם מעיאר א געשאנק, א צוגעגרייטע זעקל פון די געלט וואס ער האט פארדינט פון זיינע "געשעפטן" אין שפאניע. דער קייזער גייט אריין אין א זייטיגע שטוב זיך אפרוען.

דער מעיאר האט נישט קיין חשק צו מעלדן פאר ר' פתחי' די בשורה אז זיין זון עמנואל איז געבליבן און איז ווארשיינליך אומגעברענגט געווארן אין שפאניע, ער בעט דער רב זאל דאס איינמעלדן, אבער דער רב ווארפט דאס אפ. פתחי' ווערט אנטוישט אנקומענדיג צום פארטי מיינענדיג אז ער וועט זיך באגעגענען מיט זיין עמנואל, ער רעדט שארף קעגן מעיאר פארן נישט איינהאלטן זיין צוזאג אהיים צו ברענגען עמנואל, דער מעיאר זאגט ליגענט פאר פתחי' אז ער האט פרובירט אלעס וואס ער האט נאר געקענט צו באפרייען זיין זון, און גיבט איבער פאר פתחי' די קעסטל מיט דער ירושה ספר תורה.

דער שפאנישער גאווערנערס זון קומט אן צום פארטי, און זאגט פאר פתחי' אז ער האט אים א גריס פון זיין עמנואל, און שילדערט אים די פראצעס פון עמנואל.

סצענע 11 - די געריכט - שפאניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי די געריכט ווערט עמנואל געאורטיילט צום טויט דורך הענגען, נאכן מודה זיין אז ער איז איד. ראמידיוס פרובירט צו פארלאנגען פון די שופטים (שמעון ישראל קנאפפלער און אנשי האלצמאן) אז עמנואל זאל גע'משפ'ט ווערן דורך דער אינקוויזיציע אבער זיין פארלאנג ווערט אפגעווארפן. די שופטים באטן אן פאר עמנואל א באגנאדיגונג אויב ער וועט דאס פארלאנגען, זיין פעטער דער גאווערנאר רעדט אים אפ פון בעטן א באגנאדיגונג ווייל דעם מינוט וואס ער ווערט ריינגעוואשן פון דער רעגירונג האט די אינקוויזיציע פולע רעכטן אויף אים. עמנואל בעט יא, און ווערט געשאנקען באגנאדיגונג זייענדיג אן אויסלענדער, און אונטער 18 יאר און צוליב וואס מ'האט אים באצוואונגען אריינצוקומען אין לאנד.

ראמידיוס האט תיכף אנגעהויבן א נייע געריכט אונטער די פארשריפטן פון דער אינקוויזיציע. ביי די געריכט הערט מען עמנואל טראכטן הויך פון דעם מאמר חז"ל: "אל תסתכל בקנקן, אלא מה שיש בתוכו", דערויף באשולדיגט ער דעם גלח ראמידיוס דע קארטעס אין גניבה, זאגענדיג אז ער איז גרייט דאס אויפציווייזען אויב מען פארשפרעכט אים פרייהייט. נישט מורא האבענדיג אז עס איז דא עפעס באווייז האבן זיי מסכים געווען אז מ'זאל זוכן ביי ראמידיוס אין שטוב, ווי מען האט געפונען זיין חלק פון די אוצר פונעם אלטן פאלאץ. עמנואל האט זיי אויפגעוויזן אז דאס איז פאלשע געלט און איז געווארן פריי געלאזט, בעטענדיג דערביי אז ער וויל האבן א באגלייטער וואס זאל אים מיטבאגלייטן אהיים. דער גאווערנער מיט זיין זון זענען מיט געשיקט געווארן מיט עמנואל אהיים קיין האלאנד.

ווען מען האט געוואלט אנקלאגן ראמידיוס אויף שווינדל, איז ערשינען דער הויפט אינקוויזיטור (איצי ציג) וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דער פאטער פון ראמידיוס, און פארארדענט אז געריכטן איבער גלחים קען בלויז ער אויספירן. ראמידיוס האט באקומען א נייע אויפגאבע פון זיין פאטער, צוריק צו פארן קיין האלאנד מיט א בריוו צום האלענדער קייזער וועלכער איז אים שולדיג א טובה, און זיכער מאכן אז די אינקוויזיציע קען עפענען א פליגעל אין האלאנד קעגן די ארטיגע אידן.

עמנואל קומט אן צום מעיארס' שטוב, וואו ער שטעלט אויך פאר פאר זיין טאטע און דער רב זיין ברודער עזרא דער גאווערנאר פון בארצעלאנע, די צוויי ברודער האלזן זיך ביי דעם רירענדן באגעגעניש. עמנואל שרייט אויפן גאווערעאר איבער זיין קאלטבלוטיגקייט אין שפאניע, וואו ער האט געקענט באפרייען עמנואל פאר געלט אבער ער איז נישט געווען גרייט דאס צו טוען. ווען די טענער ווערן העכער קומט דער קייזער ארויס זען וואס עס האט פאסירט, עמנואל זאגט פארן קייזער אז די געלט וואס דער מעיאר האט איז פאלש, איבעצייגענדיג און עמנואלס ווארהייט באפעלט דער קייזער צו ארעסטירן דעם מעיאר פארן פרובירן אים אריינצונארן מיט א זעקל פאלשע געלט.

ראמידיוס קומט אן צו טרעפן דעם קייזער מיט די בריוו פון זיין טאטע, איבערזאגענדיג זיין טאטעס רייד אז דער קעניג איז אים שולדיג א טובה. דער קייזער פארציילט פאר די אנוועזענדע אז די טובה וואס ער האט באקומען איז געווען זייענדיג אינג און א גרופע רויבער זענען אים באפאלן האט דער הויפט אינקוויזיטור אים געראטעוועט. אבער ער האט תיכף צו געלייגט אז מיט יארן שפעטער האט ער אויסגעפינען אז דער פארשוין וואס האט אים געראטעוועט איז גאר געווען דער וואס האט אינטערגעשטעלט די רויבער. דעריבער באפעלט ער אז מען זאל דעם גלח ראמידיוס אויך ארעסטירן מיטן מעיאר.

בעפאר ראמידיוס ווערט ארעסטירט כאפט ער דעם קאסטן וואו דער ספר תורה איז געליגען און שליידערט עס אראפ מיט קראפט אויף דער ערד, און דער אוצר וואס איז ביז איצט געווען באהאלטן אין דעם קעסטל איז אנטדעקט געווארן. עמנואל ערקלערט אז די מאמר חז"ל וואס זיין זיידע פלעגט שטענדיג זאגן האט אים געעפענט די אויגן צו אנטדעקן וואו די אוצר איז באהאלטן, און האט אים געהאלפן זיך ראטעווען פון די בארבארישע הענט פון די אינקוויזיציע לייט.


סצענע 11 האקט אריין אינמיטן סצענע 10, ווען ביים מעיאר אין שטוב ווערט פארציילט איבער די געריכט אין שפאניע. ווי נאר די סצענע 11 ענדיגט זיך קומט עס תיכף צוריק צום מעיאר'ס שטוב.

  • ארי אבראמאוויטש - אינגער עמנואל באגאטי (פתחיה'ס זון)
  • פיני פריד - פתחי' באגאטי
  • חיים צבי מאשקאוויטש - זכרי' באגאטי (זאקארי)
  • יוסי פרענקל - גלח (ראמידיוס דע קארטעס)
  • קאפיל עלבויגן - רב (פון האלאנד)
  • יואל הערש פוקס - מעיאר (פון האלאנד)
  • איצי ציג - הויפט אינקוויזיטאר
  • לייבי וועבער - קאליסטאו
  • אשר יהודא קליין - גאווערנאר פון בארצעלאנע, שפאניע - עזרא באגאטי
  • חיים אביגדור דייטש - גאווערנער'ס זון - עמנואל באגאטי
  • שמעון ישראל קנאפפלער - שופט
  • אנשי האלצמאן - שופט
  • מאיר פרענקל - משה (זכרי'ס חבר)
  • שלמה זלמן נייהויז - עובדי' (זכרי'ס חבר)
  • יעקב הערמאן - פאביאן און האזי
  • אהרן בלוזנשטיין - פאליציי און גלח
  • יענקי לאנדא - פאליציי און גלח
  • משה אליעזר פרענקל - קייזער (פון האלאנד)
  • אהרן מינץ - מיכצאל
  • מרדכי הערש הערשקאוויטש - פאבלא
  • אבא ווינקלער - ערמאנדאו