מנחם מענדל הורוויץ (מעליץ)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי מנחם מענדל הורוויץ זצ"ל (ה'תרמ"גה'תש"ג). רב אין מעליץ.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מענדל איז געבוירן ה'תרמ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יהודה הורוויץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת רעכיל א טאכטער פון הרב אביש קאנער פון סאניק.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מענדל האט געוואונט נאך זיין חתונה אין וויעליטשקא און געגעסן קעסט ביי זיין שווער, וויבאלד ער איז געווען א געוואלדיגער מתמיד און ירא שמים האט אים זיין פאטער רבי נפתלי געברענגט קיין מעליץ, ער זאל אים ארויסהעלפן מיט דעם רבנות און דער רעביסטעווע. ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי מענדל אנטלאפען מיט זיין פאטער קיין וויען, זיין פאטער איז דארט נפטר געווארן י"ח תשרי ה'תרע"ו. ווען רבי מענדל איז צוריק געקומען פון וויען, האט ער איבערגענומען דאס רבנות.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביי דעם צווייטן וועלט קריג איז רבי מענדל אנטלאפן קיין ראדימישלא אין געטא דארט האט ער ארגאניזערט א מנין שבת צום דאווענען, ווען די נאציס האבן זיי געכאפט, האט מען זיי אוועק געפירט אויסער דער שטאט, אין זיי דערשאסן, הי"ד.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מענדל האט געהייראט מרת פרומעט א טאכטער פון הרב שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל רב אין קלאסנא-וויעליטשקא. זייערע קינדער:

  • הרב חיים פנחס הורוויץ ער האט געוואוינט אין רומעניע, הי"ד.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר