מייק פענס
געבורט |
7 יוני 1959 (אלט 65) קאלומבוס, אינדיאנע | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | פאַראייניקטע שטאַטן | ||||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער, אדוואקאט, ראדיא־מאדעראטאר | ||||||
פארטיי | רעפובליקאנער פארטיי | ||||||
ווייב | קארען פענס | ||||||
האתר הרשמי | |||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
חתימה | |||||||
מייקל ריטשארד ״מייק״ פענס (ענגליש: Michael Richard "Mike" Pence; געב׳ דעם 7טן יוני 1959) איז געווען וויצע־פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און איז געווען דער 50טער און לעצטיגער גובערנאטאר פון אינדיאנע. ער איז געווען דער 48סטער וויצע־פרעזידענט אונטער דאנאלד טראמפ פונעם 20סטן יאנואר 2017 ביזן 20סטן יאנואר 2021.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּענס איז געבוירן דעם 7טן פון יוני 1959 אין קאָלומבוס, אינדיאנע, איינער פון זעקס קינדער צו נאַנסי דזשעין און עדוואַרד פּענס דזשוניער וואס האט געפירט אַ גרופּע פון בענזין־סטאנציעס. ער הייסט נאָך זיין זיידע, ריטשארד מייקל קאַאלי, וואס האט אימיגרירט פון אירלאַנד אין די פאַראייניקטע שטאַטן דורך דעם עליס אינזל און דערנאך געווארן אן אויטאבוס שאפֿער אין שיקאגא, אילינויס.
זיין משפּחה זענען געווען אירישע קאַטאליקן און דעמאקראט שטיצער. אין זיין יוגנט איז ער געווען א קאטויל און א דעמאקראט, אבער שפעטער ווען ער איז געגאנגען שטודירן איז ער געווארן אן איווענדזשעליקל און זיינע שיטות האבן זיך אנגעהויבן נייגן מער אויף רעכטס.
פאליטישע טעטיקייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאליטישע קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאכן פארלירן צוויי שאנסן צו ווערן ערוויילט צום קאנגרעס זיץ אין 1988 און אין 1990, האט ער אנגעפירט א קאנסערוועטיווע ראדיא שוי מיטן נאמען ״די מייק פענס שוי״ פון 1994 ביז 1999. ער האט זיך פאררופן אלץ דער ראש לימבאו נאר אין דיקעף, מיינענדיג מיט דעם, אז ער איז א שטארקער קאנסערוועטיוו נאר נישט אזוי אויסגעשפראכן ווי לימבאו.
ער איז ערוויילט געווארן צו דינען אין קאנגרעס פארטרעטנדיג זיין דיסטריקט אין אינדיאנא פון 2001 ביז 2013.
פּענס איז ערוויילט געווארן גובערנאטאר פון אינדיאנע דעם 20סטן פון יאנואר 2013, און ער האט איינגעפירט די גרעסטע שטייַער שנייַדונג אין אינדיאנע׳ס היסטאריע, און אויסערגעווענליך גוט באלאנסירט אינדיאנע׳ס בודזשעט אז עס איז נאך געבליבן רעשט.
ער איז ערוועלט געווארן דעם 8טן פון נאוועמבער 2016 צו דינען ווי דער וויצע פרעזידענט צוזאמען מיט דאנאלד טראמפ וואס איז אויך דעמאלט ערוועלט געווארן דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
2016 פרעזידענטליכע וואלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פענס האט אין די רעפובליקאנער פריימעריס אינדארסירט טעד קרוז, אבער איז שפעטער נאמינירט געווארן דורך דאנאלד טראמפ אלץ זיין מיטלויפער פאר וויצע פרעזידענט. טראמפ האט פרובירט צו פארענטפערן דאס וואס פענס האט אינדארסירט קרוז בעפאר, האט ער געזאגט: מ׳האט געלייגט גרויס דרוק אויף פענס אז ער זאל אינדארסירן קרוז, און אייגנטליך איך האב נאכנישט געזען אזא קאלטע אינדארסירונג, ער האט אפילו געלאזט פאלן גוטע ווערטער אויף מיר.