לדלג לתוכן

מזרח-אייראפע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מיזרח אייראפע)
ראיאנען פון אייראפע:

██ צפון־אייראפע

██ צענטראל־אייראפע

██ מערב־אייראפע

██ דרום־אייראפע

██ מזרח־אייראפע

מזרח־אייראפע איז א טערמין צו באטיטלען דעם געא-פאליטישן ראיאן וואס באשטייט פון דעם מערסטן מזרח טייל פונעם אייראפעישען קאנטינענט. דורכאויס היסטאריע און אויף א קלענערן פארנעם היינט צוטאגס, זענען טיילן פון מזרח אייראפע קענטליך אנדערשט כלפי מערב אייראפע און אנדערע ראיאנען צוליב קולטורעלע, רעליגיעזע, עקענאמישע, און היסטארישע סיבות.

עס זענען פאראן פארשידענע דעפיניצעס וואס גענוי רופט מען מזרח-אייראפע.


באגרענעצטע דעפיניציע פון מזרח-אייראפע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט דער באגרענעצטע דעפיניציע שליסט איין מזרח-אייראפע די פאלגנדע לענדער (וואס זענען אלע אמאל געווען א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד):

פארברייטערטע דעפיניציע פון מזרח-אייראפע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביז דער קאמוניסטישער בלאק איז איינגעפאלן פלעג מען רופן די אלע לענדער מיט א קאמוניסטישער רעגירונג מזרח-אייראפע אדער דער מזרח בלאק.


כאטש גריכנלאנד און טערקיי געפינען זיך אין דער מזרח זייט פון אייראפע, רעכנט מען זיי נישט אין מזרח-אייראפע, אזוי ווי זיי האבן נישט געהאט קיין קאמוניסטישטע רעגירונג.

די באלטישע לענדער (ליטע, לעטלאנד און עסטלאנד), וואס מ'פלעג רעכענען זיי אין מזרח-אייראפע, געפינען זיך סיי געאגראפיש און סיי קולטורעל אין צפון-אייראפע.


פראבלעמען מיט דער פארברייטערטער דעפיניצע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די טיילונג פון די טעג פון דער קאלטער קריג צווישן מזרח און מערב אייראפע איז געווען באזירט אויף די טיילונג צווישן נאטא און דעם מזרח בלאק, וואס גייט נישט אן היינט זייט דער מזרח בלאק איז צונויפגעפאלן און דער אייראפעישער פארבאנד האט זיך פארברייטערט איינצונעמען טייל מזרח לענדער.

רוב מדינות אין מזרח אייראפע האבן היינט א ליבעראלע רעגירונג מיט א דעמאקראטישער הערשאפט. למשל אונגארן וואס האט באלאנגט לכתחילה אין דער מזרח-אייראפעישן קאטאגאריע, איז דאך גאר שטארק מאדערעניזירט על כל פנים פונקט ווי די לענדער אין מערב אייראפע.