מוסר באוועגונג
די מוסר באוועגונג איז א באוועגונג וואס איז געגרינדעט געווארן אין מיטן פון די 19טע יאר הונדערט דורך הרב ישראל סאלאנטער אין מזרח אייראפע. די ציל פון דעם באוועגונג איז געווען צו אויפטון אויף א גרויסן פארנעם אין דעם ענין פון זיך אויסארבייטען די מידות. הרב סאלאנטער האט פארשפרייט די לערע פון מוסר צווישן די המון-עם. זיינע תלמידים האבן בעיקר פארשפרייט מוסר אין די ליטווישע ישיבות, און האבן אפילו אויפגעשטעלט אייגענע מוסר ישיבות. די "בעלי המוסר" דינען היינט צו טאגס אלס משגיחים אין די ליטווישע ישיבות, ווי צום ביישפיל הרב דן סגל אדער הרב מתתיהו סאלאמאן.
יסודות און עיקרים פון דער באוועגונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די מוסר באַוועגונג איז אנטשטאנען צוליב דעם וואָס זי האט געזען אז דער אריגאנאלער יידישקייט ווערט פארקלענערט און מען נויגט אפ דערפון. דער מוסר באַוועגונג זעט אין יידישקייט א לערע וועלכע ארבייט אויס דעם מענטש אין אלע אספעקטן פון לעבן: אין די יידישע גלויבן און אין דעם דערקענונג פון גאָט, וועלט-קוק און טראַכט, כאראקטערן און מידות, און דאס געשטעל פון געזעץ און יושר. פאקטיש אָבער, איז די המון-עם'ס פאַרהעלטעניש צו יידישקייַט געווען ווי אַ ריטואלע רעליגיע, וואס שטייט אויף א באשטימטער צאל מצוות און עבירות. לויט די לערע פון דעם באוועגונג זענען שטיקער תורה וועלכע אנבאלאנגט דעם מענטשענ'ס זיך אויסאיידעלען און דאס באנעמונג פון א מענטש צו זיין פריינט פארגעסן געווארן.
די מוסר באוועגונג איז נאך א באוועגונג אין כלל ישראל, וועלכער קומט נאך אסאך באוועגונגען וועלכע האבן געוואלט אריינברענגען א פנימיות אין יידישקייט, ווי די קבלה באוועגונג, וועלכער איז געגרינדעט געווארן דורך רבי יצחק סגי נהור, דער רמב"ן, און שפעטער דער אר"י און דער רמ"ק, אדער די חסידות באוועגונג וועלכער איז געגרינדעט געווארן דורך דער בעל שם טוב, דער מעזריטשער מגיד און ר' שניאור זלמן פון לאדי.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די הונטערגרונד פון דעם באוועגונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער גרינדער פון דעם באוועגונג ר' ישראל סאלאנטער, האט אנגעהאנגען זיין מהלך אין מוסר אין זיין רבי'ן ר' יוסף זונדל פון סאלאנט וועלכער איז געווען א תלמיד פון ר' חיים פון וואלאזשין. עס זענען דא וואס טענה'ן אבער אז דעם באוועגונג האט סאלאנטער געגרינדעט אלץ א אפענטפער צו השכלה און חסידות.
דער ערשטער דור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ר' ישראל סאלאנטער, האט אין קאוונע צוזאם גענומען ארום זיך תלמידים און האט מיט זיי געלערנט מוסר. ער האט געלערנט מיט זיי פון מוסר ספרים, אבער ער האט אויך גע'טענה'ט אז כדי צו קענען מקיים זיין ווי עס באדארף צו זיין די מצוות וועלכע מענטשן זענען מזלזל דערין, ווי מצוות שבין אדם לחבירו, מוז א מענטש זיך פארטיפן אין זיינע "טינקעלע כוחות" (א טערמין וועלכער איז ווי עס זעט אויס גענומען געווארן פון אימאנועל קאנט). די וועג וויאזוי דאס צו טון איז לויט סאלאנטער, לערנען מוסר מיט אן איבערראשונג, א "התפעלות". נאך א פראקטיק וועלכער ר' ישראל האט איינגעפירט איז געווען די "מוסר הייזער" וועלכע זענען געווען אוועקגעשטעלט אויף די מטרה פון לערנען מוסר מיט א התפעלות.
דער צווייטער דור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דעם צווייטען דור זענן אויפגעשטעלט געווארן אפאר שטרוימען אין דעם מוסר באוועגונג דורך ר' ישראל'ס תלמידים:
- דער שטרוים פון "דער אלטער פון קעלם", ר' שמחה זיסל זיו, האט זיך אויסגעצייכנט מיט א שטרענגען חינוך, א פארלאנג פאר ארדער, ריינקייט און שטרענגער זעלבסט-דיסציפלין.
- דער שטרוים פון "דער אלטער פון סלאבאדקע", ר' נתן צבי פינקל, וועלכע האט געלייגט א דגוש אויף אפעלירן צום שכל און צום באוואוסטזיין. אין ראם פון דעם האט דער אלטער ארויסגעברענגט דעם וויכטיקייט פון "דאס גרוויסקייט פון א מענטש" (גדלות האדם) - - אז דער מענטש איז אפילו גרעסער ווי מלאכים, און ער דארף זיך דעריבער פירן ווי עס פאסט. אין סלאבאדקע האט מען דעריבער געמאכט זיכער זיך צו קליידן מיט א אייראפעאישער מאדערנער קליידונג.
- דער שטרוים פון "דער אלטער פון נאווארדאק", ר' יוסף יוזל האראוויץ, וואס האט געהאלטן פונקט פארקערט ווי די קעלמער און סלאבאדקער שטרוים, און האט געהאלטן אז א מענטש דארף וויסן דאס אייגענע נידריקייט (שפלות האדם). אין זיין ספר "מדרגת האדם" צייגט דער אלטער ווי נידריג דער מענטש איז און וויאזוי ער איז פיל מיט "נגיעות", דאס הייסט פריוואטע אינטערעסן וועלכער האלטן אים צוריק פון צוקומען צו דער אמת. דערפאר האט די שטרוים דלייגט א גדוש אויף צוברעכן די מידות און דערנידערן דעם מענטש, אריינגערעכנט דורך עקסטרעמע און מאדנע אקטן.
קעגנשאפט צו די באוועגונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס אריינברענגן אנדערע לערעס אין ישיבה אחוץ גמרא, האט זיך אנגעשטויסן אין א שארפע קעגנערשאפט. די מחלוקת ארום די מוסר באוועגונג האט זיך געצויגן יארן לאנג, און האט צוטיילט די ליטווישע רבנישע וועלט אין צוויי.
ר' דב כץ, פון די תלמידים פון דער אלטער פון סלאבאדקע, (ר' נתן צבי פינקל) האט ארויסגעגבן א ספר ווי ער ערקלערט די מוסר קאנטראווערסיע. די קאנטראווערסיע האט געהאט צוויי שטאפלען. דער ערשטער שטאפל, וואס איז פארגעקומען אין די ענדע פון די 18טע יארהונדערט, איז געעוען פון א פאליטישען שטייגער - א שארפער געשלעג איבער דאס אריינברענגען די מוסר לערע אין די ישיבות. די צווייטע שטאפל איז געקומען שפעטער און איז געווען אויף א אינטעלעקטואלע שטייגער - דאס קעגנערשאפט צו מוסר דורך אזעלכע חשוב'ע רבנים ווי דער חזון איש און בריסקער רב.
היינט איז שוין נישט דא קיין געפעכט. אין כמעט אלע ליטווישע ישיבות איז דא א מוסר סדר (חוץ אין די בריסקע ישיבות).אבער די ריכטיגע אנהענגערס פון די מוסר באוועגונג וואלטן זיך נישט באגנוגט מיט דעם, און וואלטן פארלאנגט אן ערנסטערע באשעפטונגונג מיט מוסר.
גרונט טערמינען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- טאפענדע אמונה/אמונה חושית - האבן אזא שטארקע אמונה אזש מען שפירט דאס ממש מיט די חושים.
- מדרגה - א הויעכע שטאפל אין רוחניות.
- בעל מדרגה - א מענטש וועלכער געםינט זיך אויף א הויעכע שטאפל אין רוחניות.
- תיקון המידות - אויסארבייטן די כאראקטער.
- הרגש - א געפיל אויפכאפנדיג א געדאנק וועלכער ליגט באהאלטן אין א פסוק אדער א מאמר חז"ל.
- התפעלות - ווערן איבערראשט פון דאס לערנען מוסר.
- שטייגען/עלייה - גיין פאראויס אין רוחניות.
- ירידה - גיין אויף צוריק אין רוחניות.
- כוחות בהירים - באוואוסטזיין
- כוחות כהים - פון אונטערן באוואוסטזיין.
- מבהיל - דערציטערט די מחשבה און די געפיל אזש עס קען ברענגן צו א טויש אין כאראקטער.
- מחייב - עפעס וואס פארלאנגט פון דעם מענטש צו גיין פאראויס אין רוחניות.
- מידה - א קוואליטעט פון דעם כאראקטער..
- נגיעה - אן אינטערעסע אדער א תאווה וואס איז גורם נישט צו זיין אביעקטיוו.
- ציור - זיך אויס'משל'ן א מצב אדער א געשעעניש.
- קבלה - זיך אינטערנעמען עפעס אויסצופירן אדער זיך צוריקצוהאלטן.
- קניין - א איינגעהאנגעלטע קוואליטעט.
- תביעה - דאס פאדערן צו גיין פאראויס אין רוחניות.
- מוסר סדר - א באשטימטע צייט וועלכער איז געווידמעט צו לערנען מוסר.
- שמועס/שיחה - א רעדע ווי מען רעדט ארום אויף א מוסר געדאנק.
- משגיח - דער וואס איז געשטעלט אויף מוסר אין א ישיבה.
- אלול - דער לעצטער חודש פון יאר, וועלכער ווערט געווידמעט זיך אנצוגרייטן צו די ימים נוראים.
צענטראלע פיגורען אין די מוסר באוועגונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די גרינדער
- ר' יוסף זונדל סאלאנטער, ר' ישראל סאלאנטער'ס רבי
- ר' ישראל סאלאנטער, דער גרינדער
- צווייטע דור
- ר' שמחה זיסל זיו, "דער אלטער פון קעלם"
- ר' אברהם שענקער
- ר' יצחק בלאזער
- ר' נפתלי אמסטערדאם
- ר' אליעזר גארדאן פון טעלז
- ר' נתן צבי פינקל, "דער אלטער פון סלאבאדקע"
- ר' יוסף יוזל האראוויץ, "דער אלטער פון נאווארדהאק"
- דריטער דור
- ר' אברהם אליהו קאפלאן
- ר' ירוחם לייבאוויץ פון מיר
- ר' נפתלי טראפ
- ר' יוסף יהודה לייב בלאך
- ר' אליהו לאפיאן