פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 29
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 29)
- וויליאמסבורג: קאנסטרוקציע ארבעט אויפן וויליאמסבורג ברידזש וועלכע האט זיך געזאלט ענדיגן קומענדיגן מאנאט, נאך יארן פאראורזאכן שווערע טראפיק פון און קיין מאנהעטן, וועט פארגעזעצט ווערן מיט נאך 18 מאנאטן ביז סוף יאר 08' פאר די קאסטן פון 80 מיליאן דאלער. (ניו יארק קאנסטראקשען).
- חרדישע אינגערמאן פון מאנסי געווינט 250 טויזנט דאלער פון מעגא מיליאן לאטערי, (155 נאך שטייערן), געקויפט ביי Gas on the Hill, 165 Route 59. (ניו יארק לאטערי - וואס איז נייעס).
- קווינס סיטי קאנסולמאן פארלאנגט פון די קאסקא טשעין סטאר פירמע נעץ אנצוהויבן נעמען פוד סטעמפס, צו געבן א געלעגנהייט פאר שוואכע פארדינער צו געניסן פון ביליגע פרייזן פאר עסנווארג. (דעלי ניוס).
- ארץ ישראל: חיפה עירפארט וויל ווערן אינטערנאציאנאלער פליגערס טערמינאל סערוויס צענטער. (גלובס אונליין).
- יד לאחים באשולדיגט ארץ ישראל פאליציי אין מאכן א יד אחת מיט מיסיאנערן, און אוועקגעשיקט זייערע עקסנים אפילו ווען זיי האבן נישט געטון קעגן געזעץ, לויט זיי. (ערוץ 7).
- ווידעא אויף יו טיוב וועבזייטל ווי בריטאניע הויפט רב, הרב יונתן סאקס, טאנצט ווילד ביי א חתונה, ווערט אראפגענומען. יו טיוב האט פארגעזען דאס ווי די פאפולערסטע אידישע ווידיאו קליפ. (AKN. בחדרי חרדים).