מאיר יהודה שפירא (בוקאווסק)

פֿון װיקיפּעדיע
מאיר יהודה שפירא
קיין פריי בילד
געבורט 1846
דינאוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 אקטאבער 1908 (אלט 62 בערך)
בוקאווסק, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי מאיר יהודה שפירא זצ"ל (ה'תר"ו - י"ט תשרי ה'תרס"ח), רבי אין בוקאווסק.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מאיר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ו, צו זיין פאטער הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת רחל מינא.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מאיר'ל איז געווען רבי אין בוקאווסק, נאענט צו דריי און דרייסיג יאר. טויזנטער יידן פלעגן זיך צו פראווען ביי אים.

אין יאר ה'תרמ"ג נאך דערפטירה פון זיין פעטער הרב משה שעהנפעלד, האט זיין זון הרב צבי אלימלך שעהנפעלד געבעטן רבי מאיר'ל ער זאל דערווייל זיין רב אין דזשילבערץ ביז ער וועט אויפוואקסן אין קענען ווערן רב אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מאיר'ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון דריי און זעכציג יאר, דעם דריטן טאג חול המועד סוכות, י"ט תשרי ה'תרס"ח.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי מאיר'ל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שיינדל רחל, א טאכטער פון הרב יוסף אלטער האגער רב אין ראדאוויץ, א זון פון הרב חיים האגער, פון קאסאוו. זי איז נפטר געווארן ביים געבורט פון איר איינציגע טאכטער:

  • מרת שיינדל רחל, די ווייב פון איר פעטער הרב חיים זיידא האגער א זון פון הרב משה האגער פון ראדאוויץ.

נאך דער פטירה פון זיין ערשטער ווייב, האט רבי מאיר'ל געהייראט בזיווג שני איר שוועסטער-קינד מרת מרים א טאכטער פון הרב ישראל פון קרעמניץ (אן איידעם פון הרב חיים האגער פון קאסאוו), א זון פון הרב מרדכי פון קרעמניץ, א זון פון הרב זלאטשאווער מגיד. זייערע קינדער:

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר