אלעזר הורוויץ (גראדזיסק)
רבי אלעזר הורוויץ זצ"ל (ה'תרמ"א - ו' כסלו ה'תש"ג), דער גראדזיסקער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"א, צו זיין פאטער הרב אברהם חיים הורוויץ, דער פלאנטשער רב, א זון פון הרב משה הורוויץ, דער ראזוואדאווער רב, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב בצלאל פילזנער אדער וויינבערגער.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרנ"ז (אומגעפער), נאך וואס רבי אלעזר האט געהייראט, איז ער געפארן קיין בוקאווסק נעמען ביי זיין שווער שימוש (פראקציע) אין הוראה און קבלה, אין יאר ה'תרס"ט איז ער געווארן רב אין גראדזיסק. ביים ערשטן וועלט קריג איז ער אוועק קיין טארנא, דארט האט מען אים אויפגענומען אלס דיין, און ער האט זיך געעפענט דארט א בית המדרש. אין יאר ה'תרע"ט נאך זיין פאטערס פטירה, האט ער איבערגענומען דאס פירן רביסטעווע. ער איז געווען שטארק אנגענומען, אויך פון קאנגרעס פוילן איז מען געקומען זעהן זיין וואונדערליכע עבודה. ער האט אנגעפירט מיט א ישיבה, ווי ער האט געזאגט אליין שיעורים.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביים צווייטן וועלט קריג האט רבי אלעזר זיך אויסבאהאלטן אין א בונקער ווען די נאציס ימ"ש האבן אים געטראפן, איז געווען זיין לעצטער וואונטש, מ'זאל אים ברענגען זיין פאטערס טלית און העמדל, מיט א שרעקליכען אויסשריי "שמע ישראל" איז רבי אלעזר דערשאסן געווארן ו' כסלו ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון זעכצן יאר האט רבי אלעזר געהייראט מרת הינדא מלכה א טאכטער פון הרב מאיר יהודה שפירא רב אין בוקאווסק. זייערע קינדער:
- הרב משה הורוויץ, רב אין פלאנטש. ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב יוסף הורוויץ פון קראס.
- הרב דוד הורוויץ הי"ד, רב אין גראדזיסק. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב מרדכי זאב האלבערשטאם, רב אין גריבאוו.
- מרת אלטע חיה הי"ד, די ווייב פון הרב משה הורוויץ (דער צווייטער), רב אין ראזוואדאוו.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב דוב בער פירשטמאן, רעדאקטער פון דאס אידישע ווארט אין ווארשא.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר