מאטי שטיינמעץ

פֿון װיקיפּעדיע
מאטי שטיינמעץ
געבורט 5 יולי 1992 (אלט 31)
רחובות, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מאטי שטיינמעץ
געבורט דאטע ה' תמוז תשנ"ב, 5טן יולי 1992

ישראל ברוך מרדכי "מאָטי" שטיינמעץ (געבוירן ה' תמוז תשנ"ב, 5טן יולי 1992) איז אַן אָנגעזעענער ישראלישער חסידישער זינגער. ער זינגט חסידישע מוזיק און ספעציעל לידער פון עמאָציע, נשמה און התעוררות.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שטיינמעץ אויף כאן 11

שטיינמעץ איז געבוירן געוואָרן צו אַ וויזשניצער פאַמיליע אין בני ברק.

ווען שטיינמעץ איז געווען פערצן יאָר, האָט זיין זיידע אריבערגעצויגן פֿון אנטווערפן קיין ישראל און אים געלערנט פילע טראדיציאנעלע וויזשניצער ניגונים, וואָס האָבן שפעטער משפיע געווען אויף זיין מוזיקאלישן סטיל. אין זיינע בחור'ישע יארן, איז ער געווארן דערטאַפּט דורך פּראָדוצירער און קאַמפּאָזיטאר רובי באנעט, וואָס איז שפּעטער געווארן זיין פאַרוואַלטער. שטיינמעץ זינגט יידישע רעליגיעזע לידער, מיט די ליריקס אָפט גענומען פון פסוק אָדער תפילה, און איז באַוווסט פֿאַר דער גרויסער עמאָציע וואָס ער לייגט אריין אין זיין מוזיק. לויט זיין חרדישן אויספיר פון דער באַשיידנקייט, פירט ער קיינמאל נישט ביי אוידיענצן פון מענער און פרויען, סיידן עס איז דא א מחיצה; א ביישפּיל פון דעם איז זיין אָפּזאָג צו זינגען אין דעם יערלעכן בענעפיט קאָנצערט פאר דער העברעישער אַקאַדעמיע פֿאַר ספּעציעלע קינדער. ער האָט באזוכט שפיטעלער אין ישראל צו זינגען פאר אומגעקומענע קרבנות.

אין 2017 האָט ער ארויסגעלאָזט זײַן דעבוט אלבאם הנשמה בקרבי, מיט דעם אשכנזישן הויפט רב פון ישראל דוד לאו און די בירגערמייסטער פון בני ברק און עלאד פאָרשטעלן ביי דער קאַטער פון דעם אלבאם. דער אלבאם האָט גענומען פיר יאר פון אַרבעט צו דערגרייכן פּלאַטין צערטיפֿיקאציע אין ישראל.

אין 2018 האָט דער ישראלישער נאציאנאלער בראָדקאַסטער כאן 11 געשאפן אַן עפּיזאָד וואָס דאקומענטירט דאָס לעבן און מוזיק פון שטיינמעץ.

פערזענלעכע לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2015 האָט שטיינמעץ ווידער-געהייראַט מיט מלכה וויזל. די פּאָר האט צוויי טעכטער און וואוינט אין בני ברק.

דיסקאָגראַפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סטודיא אַלבאמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • הנשמה בקרבי (2017)

סינגלס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאָמען ארויסגעקומען קוקן אויף יוטוב (אויגוסט 2019)
1 צאינה וראינה 28 יולי 2015 7,455,994
2 נפשי 10 יוני 2019 6,097,398
3 הנשמה בקרבי 25 פעברואר 2017 3,295,303
4 זכור ברית 25 סעפּטעמבער 2017 785,982
5 לאותו הזמן 5 מאַרץ 2017 245,590
6 יהא רעווא 5 יוני 2019 275,539
7 תעיתי 4 יוני 2018 204,607
8 אל תשליכנו 6 סעפטעמבער 2018 152,475
  • רחמנא (2015)
  • באזעל (2018)
  • ותערב (2015)
  • שפכי כמים (2015)
  • אל הנער הזה (2015)
  • אלקים אל דמי לך (2015)
  • כאיל תערוג (2015)
  • בשם השם (2015)
  • צאינה וראינה (2015)
  • ויהיו רחמיך (2015)
  • אילן (2015)
  • נפשי (2018) (מיט ישי ריבאָ )
  • ניגן וויזשניץ (2020)
  • ואמר ביום ההוא (2020)

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]