לעדערמאן שול
קאארדינאטן: 34°50′12″N 32°04′43″E / 34.836726°N 32.078596°E{{#coordinates:}}: קו רוחב בלתי־תקין די לעדערמאן שול איז גאר אן אייגנארטיגער און פאפולערער בית הכנסת אין שיכון חזון איש, בני ברק. דער בית הכנסת איז געגרינדעט געווארן אין אנדענק פונעם חזון איש, און מען פירט זיך דארטן ווי זיינע מנהגים און פסקים.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר תשי"ד, נאך דער פטירה פון רבי אברהם ישעי' קארעליץ – דער ״חזון איש״ – האבן א גרופע תלמידים, וועלכע פירן זיך ווי זיינע פסקים, ווי מען באצייכנט זיי מיט דעם צונאמען "חזון איש'ניקעס", באשלאסן צו גרינדן אן אייגענע שול.
די שול איז געגרינדעט געווארן אויף רחוב רשב"ם, און איז אריגינעל גערופן געווארן 'בית הכנסת חזון איש', אבער מיט דער צייט איז עס געטוישט געווארן צום נאמען פונעם נדבן, יחיאל לעדערמאן, און אזוי ווערט זי גערופן ביז היינט.
די שול האט נישט קיין אפיציעלן רב צי מנהיג. אין לויף פון דרייסיג יאר האט רבי יעקב ישראל קנייבסקי, דער סטייפלער גאון, א שוואגער פונעם חזון איש, זיך דארטן קובע מקום געווען, און ער האט געדינט אלס אומאפיציעלער מנהיג רוחני און פוסק אין שול. ווען דער סטייפלער גאון איז עלטער געווארן און עס איז אים שווער געווען צו גיין, האט די שטאטראט אינסטולירט ספעציעלע בענק אויף דעם גאנצן וועג פון זיין דירה ביז דער שול.
נאך דער פטירה פונעם סטייפלער גאון, האט מען מפני כבוד התורה אינסטאלירט א גרויסע ספרים-שאפע אויפן ארט וואו דער גאון פלעגט זיצן, כדי קיינער זאל נישט דארטן זיצן.
נאך דער פטירה פון דער סטייפער איז זיין זון רבי חיים קאניעווסקי געווארן דער אומאפיציעלער מנהיג רוחני פון דער שול. טראצדעם וואס ער איז אזא וועלט-בארימטער גאון און פוסק, זיצט ער נישט ביים אויבן-אן, נאר אויף א זייטיגן ארט אין שול, צווישן אנדערע מתפללים.
אין תשע"ה ווען ס'איז שווער געווארן פאר רבי חיים קנייבסקי ארויפקלעטערן די טרעפ ביז דער שול, איז געבויעט געווארן א ספעציעלן בריק וואס פירט דירעקט פון זיין הויז ביז צו דער שול.
אינטערעסאנטע מנהגים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אלעס אין שול ווערט געפירט לויט די פרומע פסקים פון דעם חזון איש. דערפאר באניצט מען זיך נישט מיט קיין עלעקטריע אין שול אום שבת און יום טוב; נאר מען באלייכט די שול מיט אלט-פארצייטישע לאמטערנעס; אזוי אויך פלעגט נישט זיין קיין עירקאנדישאן שבת, אפילו אין די גרויסע היצן, אבער נאכדעם וואס איינער איז אמאל צוזאמגעפאלן, האט רבי חיים קאניעווסקי מתיר געווען אינסטאלירן עירקאנדישאן.
אזוי אויך איז נישט פארהאן קיין זומער זייגער; א גאנץ יאר לויפט די שול אויף ווינטער זייגער.