לדלג לתוכן

לעאניד שקאלניק

פֿון װיקיפּעדיע
לעאניד שקאלניק
קיין פריי בילד
געבורט 29 סעפטעמבער 1945
רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 21 יוני 2019 (אלט 73)
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער, זשורנאליסט, דיכטער, איבערזעצער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעאָניד שקאָלניק ( רוסיש: Леонид Школьник; דעם 29סטן סעפטעמבער 1945, קעמעראווא - דעם 21טן יוני 2019, ירושלים ) איז אַ ייִדישער זשורנאַליסט און דיכטער, וועלכער שרײַבט אויף רוסיש און אויף ייִדיש.

לעאָניד שקאָלניק איז געבוירן געוואָרן דעם 29סטן סעפּטעמבער 1945 אין דער שטאָט קעמעראָוואָ אין סיביר. ער איז אויסגעוואַקסן אין ביראָבידזשאַן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין רוסלאַנד.

אין 1974 האָט ער אָנגעהויבן צו אַרבעטן אַלס קאָרעספּאָנדענט פון דער געגנטלעכער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". אין די יאָרן 1984 – 1989 איז לעאָניד שקאָלניק געווען דער רעדאַקטאָר פון דער צײַטונג. אין די יאָרן 1989 – 1991 איז ער געווען אַ פאָלקס-דעפּוטאַט פונעם אויבער-סאָוועט פונעם ראַטנפאַרבאַנד און דער פאָרשטייער פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אינעם נאַציִאָנאַליטעטן-ראַט פונעם אויבער-סאָוועט. אין 1991 איז ער עולה געווען קיין ישראל. לעאָניד שקאָלניקט האָט געוווינט אין ירושלים און געאַרבעט אין דער תל-אָביבער רוסישער צײַטונג "נאָוואָסטי נעדעלי", צווישן אַנדערס פירנדיק די רובריק "שטעטל" און דערנאָך - אַלס רעדאַקטאָר פון דער פרײַטיק-בײַלאַגע "יעוורייסקי קאַמערטאָן". אין 1999 איז לעאָניד שקאָלניק געקומען קיין אמעריקע און ביז 2004 האָט ער רעדאַגירט די רוסיש-שפּראַכיקע אויפלאַגע פון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "פאָרווערטס". אין 2005 האָט לעאָניד שקאָלניק זיך אומגעקערט קיין ישראל און ווידער זיך באַזעצט אין ירושלים. לעאָניד שקאָלניק האָט געגרינדעט אַ רוסיש-שפּראַכיקע ייִדישע אינטערנעץ-צײַטונג "מי זדעס" ("מיר זײַנען דאָ"), וועלכע ער האט רעדאַגירט ביז זיין פטירה אין 2019.

לעאָניד שקאָלניק האָט איבערגעזעצט אין רוסיש ווערק פון ייִדישע דיכטער: בוזי מילער, דאָרע כײַקינע, ליובע וואַסערמאַן, זיסי ווייצמאַן, עמנואל קאַזאַקעוויטש, איציק בראָנפמאַן, חיים ביידער אא., דער עיקר פאַרבונדענע מיט דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.