לדלג לתוכן

ביראבידזשאנער שטערן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ביראָבידזשאַנער שטערן)
ביראבידזשאנער שטערן
‏ביראָבידזשאנער שטערן‏‎
אפיציעלע וועבזייטל

ביראָבידזשאַנער שטערן איז אַ צײַטונג, וועלכע דערשײַנט אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט פון רוסלאַנד.

טעקע:ביראָבידזשאַנער שטערן.jpg

די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען אין נאָוועמבער 1930 אַלס אָרגאַן פון אַדמיניסטראַציע פון דעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן אויטאָנאָמען ראַיאָן, וועלכער איז געגרינדעט געוואָרן אין אויגוסט פון דעם זעלבן יאָר. אַ סך ייִדישע איבערוואַנדערער, וועלכע זײַנען געקומען אין יענער צײַט אויפן סאָוועטישן ווײַטן מזרח, האָבן ניט געקענט קיין אַנדערע שפּראַכן, חוץ ייִדיש, און אַ ייִדישע צײַטונג איז געווען נייטיק. כדי אָרגאַניזירן אַ פּאָליגראַפישע באַזע פאַר "ביראָבידזשאַנער שטערן", האָט איר ערשטער רעדאַקטאָר יענקל לעווין באַקומען בײַ סאָוועטישע מאַכט-אָרגאַנען אַ דערלויבעניש זיך ווענדן נאָך הילף צו דער ייִדישער קהילה פון כאַרבין, וווּ זײַנען אין יענער צײַט דערשינען ייִדישע ביכער און צײַטונגען. די באַקומענע פון כינע פּאָליגראַפישע אויסשטאַטונג און ייִדישע שריפטן זײַנען געוואָרן דער טעכנישער יסוד פון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", וועלכע איז דערשינען די ערשטע צײַט דרײַ מאָל אַ וואָך מיט אַ טיראַזש פון 2000 עקזעמפּלאַרן.

נאָך יענקל לעווינען איז דער רעדאַקטאָר פון דער צײַטונג געוואָרן הענעך קאַזאַקעוויטש, דער פאָטער פונעם באַוווּסטן שריפטשטעלער עמנואל קאַזאַקעוויטש. אויך עמנואל קאַזאַקעוויטש אַליין האָט א געוויסע צײַט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פון "ביראָבידזשאַנער שטערן". דעם 7טן מײַ 1934 האָט דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער אויטאָנאָמער ראַיאָן באַקומען אַ העכערן אַדמיניסטראַטיוון סטאָטוס – די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט, און "ביראָבידזשאַנער שטערן" איז געוואָרן די צענטראַלע געגנטלעכע צײַטונג און האָט אָנגעהויבן דערשײַנען 5 מאָל אַ וואָך. דער טיראַזש איז געהעכערט געוואָרן ביז 4 טויזנט עקזעמפּלאַרן. אין די יאָרן פון דער סאָוועטיש-דײַטשישער מלחמה (1941 – 1945) איז "ביראָבידזשאַנער שטערן" פאַרייניקט געווען מיט דער רוסישער געגנטלעכער צײַטונג "ביראָבידזשאַנסקאַיאַ זוועזדאַ". פאַקטיש זײַנען אין דער רוסישער צײַטונג דערשינען באַזונדערע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש.

אין מײַ 1945 האָט "ביראָבידזשאַנער שטערן" ווידער אָנגעהויבן צו דערשײַנען ווי אַ באַזונדערע צײַטונג. אין סוף 1940ער - אָנהייב 1950ער יאָרן זײַנען אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, ווי אינעם ראַטנפאַרבאַנד בכלל, פאָרגעקומען אַנטיסעמיטישע רדיפות. אַ טייל פון די רעדאַקציע-מיטאַרבעטער פון "ביראָבידזשאַנער שטערן" בראש מיטן רעדאַקטאָר דעם שרײַבער בוזי מילער זײַנען אַרעסטירט געוואָרן. מע האָט זיי באַפרײַט בלויז נאָך סטאַלינס טויט. "ביראָבידזשאַנער שטערן" איז אָבער ניט פאַרמאַכט געוואָרן ביז 1961, ווען ס'איז געגרינדעט געוואָרן דער מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", איז אָט די צײַטונג געווען די איינציקע ייִדישע פּעריִאָדישע אויסגאַבע אינעם ראַטנפאַרבאַנד. אין 1980 האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַלוינט די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" מיטן אָרדען "זנאַק פּאָטשאָטאַ" ("ערע-צייכן") לכבוד איר 50טן יאָרטאָג. אין דער מיט פון די 1980ער יאָרן, ווען דער רעדאַרטאָר פון "ביראָביזשאַנער שטערן" איז געוואָרן לעאָניד שקאָלניק, איז די צײַטונג געוואָרן אַ באַדײַטנדיקע טריבונע פון דער ייִדישער קולטור אינעם ראַטנפאַרבאַנד. אויף אירע שפּאָלטן האָבן זיך געדרוקט מחברים פון אויסער דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. איין מאָל אַ וואָך האָט "ביראָבידזשאַנער שטערן" פאַרעפנטלעכט אַ ליטעראַטור-זײַטל.

הײַנט-צו-טאָג דערשײַנט "ביראָבידזשאַנער שטערן" איין מאָל אַ וואָך (מיטוואָך). די צײַטונג דערשײַנט איבערהויפּט אויף רוסיש מיטן טיטל און צוויי זײַטלעך אויף יידיש. אַ טייל פון רוסיש־שפּראַכיקע מאַטעריאַלן פון דער צײַטונג זײַנען געווידמעט דער קולטור, דער געשיכטע און די רעליגיִעזע טראַדיציעס פונעם ייִדישן פאָלק. די הײַנטיקע הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן" איז יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ.