סאוועטיש היימלאנד
אפיציעלע וועבזייטל |
סאָוועטיש הײמלאַנד איז געווען אַ סאָוועטישער ליטעראַרישער און פּובליציסטישער זשורנאַל אויף ייִדיש, וועלכער איז דערשינען פון 1961 ביז 1991 אַלס אָרגאַן פונעם סאָוועטישן שרײַבער-פאַראיין (לכתחילה איין מאָל אין צוויי חדשים און דערנאָך – יעדן חודש), זייענדיק אין די יאָרן די איינציקע ייִדישע ליטעראַרישע פּעריִאָדישע אויסגאַבע אינעם ראַטנפאַרבאַנד.
זײַן הויפּט-רעדאַקטאָר איז פונעם אָנהייב ביזן סוף געווען דער דיכטער אהרן ווערגעליס.
אלמאנאך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זינט 1986 האָט די רעדאַקציע פונעם זשורנאַל אַרויסגעגעבן אַ יערלעכן רוסיש-שפּראַכיקן אַלמאַנאַך מיטן נאמען "גאָד זאַ גאָדאָם" («Год за годом»), (באדייט: "יאהר נאך יאהר"), וועלכע איז בעיקר באשטאנען פון איבערזעצונגען פון ייִדיש.
סך-הכל זײַנען דערשינען זעקס בענדער פון דעם אַלמאַנאַך (דער לעצטער באַנד איז דערשינען אין 1992).
די יידישע גאס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאָס אַרויסגעבן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט זיך אויפגעהערט אויפן טאָפּלטן (11 – 12) נומער אין דעצעמבער 1991. אָנשטאָט אים האָט די רעדאַקציע פון "סאָוועטיש היימלאַנד" אומרעגולער אַרויסגעגעבן אין די יאָרן 1993 – 1999 דעם זשורנאַל די ייִדישע גאַס («Еврейская улица») אויף ייִדיש און אויף רוסיש. דאָס אַרויסגעבן אָט דעם זשורנאַל האָט זיך אויפגעהערט נאָכן טויט פון אהרן ווערגעליס אין יוני 1999.
ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אויסערוויילטס, מוישע טייף, 1965
- דערציילונגען פון יידישע סאוועטישע שרייבער, 1969
- האריזאנטן, דיכטונגען, 1965
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- גענאדי עסטרײַך, "סאָוועטיש היימלאַנד": דער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן מיט 50 יאָר צוריק (ארכיווירט 28.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- פיליפּ בן, "אמת אָנשטאָט עמעס. אַ באַזוך אין דער רעדאַקציע פון דעם יידישן זשורנאַל 'סאָוועטיש היימלאַנד'" (אויף העברעיש) - http://jpress.org.il/Default/Scripting/ArticleWin.asp?From=Archive&Skin=TAUHe&BaseHref=MAR/1961/08/11&EntityId=Ar01900&ViewMode=HTML