לי קעמפ
מראה
געבורט |
21 יולי 1980 (אלט 44) וואשינגטאן די סי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לי קעמפ (ענגליש: Lee Camp; געבוירן דעם 21סטן יולי 1980) איז אן אמעריקאנער קאמיקער, שרייבער, אקטיאר, טעלעוויזיע פערזעהנליכקייט און אקטיוויסט.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן אין וואשינגטאן די סי צו זיין פאטער וועלכער האט געדיענט צוואנציג יאהר אין דער אמעריקאנער ארמיי אלס אנאליסט. ער איז אויפגעוואקסן אין מערילענד און דערנאך האבן זיי זיך געצויגן קיין ווירדזשיניע.
זייענדיג פערצן יאהר אלט האט ער אנגעהויבן שרייבן קאמעדיע וועלכע איז פובליציהרט געווארן אין זיין שולע'ס מאגאזין און צייטונג.
ביי זיין ניינצנטן געבורטסטאג האט ער אנגעהויבן פאָרשטעלן סטענד-אפ. זיין מהלך איז טיפע קריטישע טראכטן וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם. טייל פארגלייכן עים דעריבער צו דזשארדזש קארלין.
קעמפ איז אן אטעיסט, א רעכטן קעמפער פאר מענטשן און בעלי חיים, און א וועגאנער.
ווערק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מאמענטן פון קלארקייט, 2012
דיסקאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פעפער ספרעי, די טרעהרן אוועק, 2012
- מיר זענען גאהרנישט, 2014 (DVD)
פילמאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אפמאך-ברעכער, 2005