ליטערארישע פיקציע
מראה
ליטערארישע פיקציע זענען פיקטישע ווערק וועלכע האבן א ליטערארישן ווערט. דער טערמין ווערט באנוצט אויף צו פונאנדערטיילן צווישן די ווערק און זשאנער פיקציע.
באדייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ליטערארישע פיקציע טוט זיך מער פארנעמען מיט סטייל, פסיכאלאגישע טיפקייט, און אויסארבעטן די כאראקטערס -- אנדערש פון אנדערע פיקציע וואס פארנעמט זיך מער מיט דעם דערציילונג פון געשעענישן.
אין ליטערארישע פיקציע ווערט אריינגערעכנט פראזע (ווי קורצע מעשיות נאוועלען און ראמאן).
ליטערארישע מאגאזינען, ווי דער ניו יארקער[1], זאעטראפ-אל סטארי[2], א.ד.ג., ווי אויך ליטערארישע ערקענונגען ווי דער פושקארט פרייז, די או הענרי אווארדרס, דער נאבעל פרייז פאר ליטעראטור, א.ד.ג. טוען אין אלגעמיין נאר זיך באשעפטיגן מיט ליטערארישע פיקציע און נישט מיט זשאנער פיקציע.
באקאנטע שרייבער פון ליטערארישע פיקציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עלטערע אדער פארגאנגענע אידישע שרייבער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- סאול בעללאו
- פיליפ ראטה
- בערנארד מלמד
- סינטיא אזיק
- עמוס עוז (העברעאיש)
- א.ב. יהושע (העברעאיש)