לדלג לתוכן

דזשיימס דזשויס

פֿון װיקיפּעדיע
דזשיימס דזשויס
James Augustine Aloysius Joyce
געבורט 2 פעברואר 1882
פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 13 יאנואר 1941 (אלט 58)
ציריך, שווייץ רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אירלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
jamesjoyce.ie
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דזשויס אין 1915

דזשיימס אגאַסטין אַלאאישוס דזשויס (ענגליש: James Augustine Aloysius Joyce; 2טן פעברואר 1882 - 13טן יאנואר 1941) איז געווען אן אירישער ראמניסט און דיכטער.

דזשויס איז געבוירן געווארן אין א מיטלקלאס קאטוילישער פאמיליע אין דובלין, און האט שטודירט ענגליש, פראנצויזיש און איטאליעניש אין אוניווערסיטעט קאלעדזש דובלין. נאכהער האט ער שטודירט מעדיצין אין פאריז. אלס דערוואקסענער מענטש האט ער געוואוינט אין אייראפע. פון 1905 ביז 1920 האט ער געוואוינט אין טריעסט (אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע, שפעטער אין איטאליע), אחוץ די יארן פון דער ערשטער וועלט מלחמה, ווען ער האט געוואוינט אין ציריך, שווייץ. פון 1920 ביז 1940 האט ער געוואוינט אין פאריז. ווען די נאציס זענען אריין אין פאריז, האט ער זיך געצויגן ווידעראמאל קיין ציריך, וואו ער איז געשטארבן אין 1941 נאך אן אפעראציע.

אלע זיינע ווערק האט דזשויס געשריבן אויף ענגליש, און זיי פאסירן אלע אין זיין געבורטשטאט, דובלין.

ביבליאגראפיע:

  • דאבלינערס (1914)
  • פארטרעט פונעם קינסטלער אלס יונגערמאן (1916)
  • יוליסיס (1922)
  • פינעגאנס טויטנװאך (1939)

קריטיקערס ציילן דזשויס צװישן די װיכטיקסטע מאדערנע שרײבערס אויף ענגליש. די „מאדערנע ביבליאטעק“ האט אין 1998 געשטימט „יוליסיס“ #1 אויף זייער רשימה „די װיכטיקסטע ראמאנען פון 20טן יארהונדערט.[1]

Dubliners, 1914
  1. https://sites.prh.com/modern-library-top-100