דער ניו יארקער

פֿון װיקיפּעדיע
דער ניו יארקער'ס ערשטע דעקל, וועלכער ווערט איבער געדריקט רוב יארן אויף דעם זשורנאל'ס אניווערסערי

דער ניו יארקער איז אן אמעריקאנישער זשורנאל וואס דריקט נייעס ארטיקלען, בוך און פילם רעצענזיעס, מיינונגען, פאליטישע אנאליז, קארטונס, פאעזיע, און פיקציע.

דער קוואליטעט פון דער שרייב־ארבעט אין דער ניו יארקער איז פון די העכסע און מערסט רעספעקטירטע אין אמעריקע. ער האט דערפאר פיל ליינער אויך פון אויסער ניו יארק.

דער ניו יארקער האט זיך אנגעהויבן אין 1925 דורך האראלד ראס און זיין ווייב דזעין גרענט, א ניו יארק טיימס רעפארטער. דער ציל איז געווען צו שאפן א סאפיסטיקירטער הומאר מאגאזין מער געצילט פאר'ן מיטל-אויבערשטער קלאס געזעלשאפט. מיט דער צייט האט דער מאגאזין זיך ערוואנדן א נאמען אלץ אן ערנסטער פארום פאר זשורנאליזם און ליטערארישע פיקציע.

דער זשורנאל ווערט היינט געדרוקט דורך דער קאנדע נאסט קארפאראציע, די דריקער פון די מאגאזינען וואג, דזי-קיו, וועניטי פֿער, און נאך פאפולערע מאגאזינען.