לאנדאן סיטי ערפארט

פֿון װיקיפּעדיע

לאנדאן סיטי ערפארט (LCY) איז אן אינטערנאציאנאל לופטפעלד וועלכער געפינט זיך אין דאקלאנדס טייל פון לאנדאן 11 ק"מ פון דער סיטי פון לאנדאן.

דער לאנדאן סיטי ערפארט איז א פארהעלטנמעסיג קליין לופטעלד ביי די ברעגעס פונעם טעמז טייך וועלכער לויפט אדורך לאנדאן. עס קענען נישט לאנדן דארט קיין גרויסע פליגער, דערפאר איז זי באנוצט דורך די לופטליניעס בעיקר פאר נענטערע רייזעס דורכאויס דעם פאראייניגטן קעניגרייך און מערב אייראפע.

בריטיש ערווייס איז די איינציגע לופטליניע וועלכער שטעלט צו צוויי ספעציעלע רייזעס א טאג פון דארט קיין ניו יארק צום קענעדי לופטפעלד. די פליגער וואס זיי נוצן פאר דעם צוועק זענען קליינע און פארמאגן בלויז א ביזנעס קלאס קאבינע מיט א צוויי צענדליג ביזנעס קלאס זיצן.